צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

צוגעבונדנקייט צו הלכה - ווי וויכטיג איז דאס?

שליחה דורך מיימון »

אין די לעצטע עטליכע טעג האט מען דא געשריבן וועגן דעם טאהש'ער רבי'ן ז''ל, עטליכע וועלכע זענען נישט פון חסיד'ישן אפשטאם האבן פארפירט אנטקעגן וואס לויט זיי האט ער פארלעצט די הלכה, איך וועל פרובירן בקיצור אנצורירן עטליכע נקודות וואס וועט אפשר קלארשטעלן דעם ענין.

איך וועל נישט דא אריינגיין אין דעם ענין פון אויטאריטעט פון הלכה און דעם שולחן ערוך, איך וועל אבער זיך באציען צום חלק פון דעם וויכטיגקייט און בינדנקייט פון הלכה, וואס אפילו לויט די וואס וועלן זאגן אז די הלכה טוט פארפליכטן יעדן איד פונקטליך לויט ווי עס שטייט, וועלן מיר אבער זען אז עס איז פארהאן אויסער-הלכה'דיגע מציאות'ן און די הלכה איז מלכתחילה ווייט נישט אזוי בינדנד געווען ווי דאס וואס טייל נעמען איר היינט אן.

ר' נחמן קרוכמאל אין ערשטן קאפיטל פון זיין ספר מורה נבוכי הזמן ברענגט דריי קאטעגאריעס פון מענטשן וועלכע נעמען זאכן צו אן עקסטרעם און ענדיגן שלעכט. 1) מענטשן וועלכע זענען זיך מתלהב אין עבודת ה' ביז זיי פארמיאוס'ן גשמיות, דערנאך טוען זיי אוועקמאכן דעם שכל און נוצן נאר דעם געפיל צו אנקומען צו העכערע מדריגות, דערנאך הייבן זיי אן צו דמיונ'ען אז זיי זעען מלאכים, ביז זיי פילן זיך שותפים צום באשעפער און אז זיי קענען טוישן די טבע, זיי האלטן זיך העכער פון די חוקי התורה און זאגן אויף זיך מורא'דיגע טיטלען. 2) מענטשן וועלכע שפירן זיך צובראכן אז זיי זענען גארנישט, הייבן זיי אן צו נוצן פארמיטלער'ס צו מתפלל זיין פאר זיי, זיי זענען מתפלל צו מלאכים און צו נעמען פון פריערדיגע צדיקים און צינדן ליכט פאר זיי, דערנאך הייבן זיי אן צו גלייבן אין שדים און אלע מיני כוחות און ער טוט אלע מיני מאדנע זאכן זיך צו באשיצן פון די שלעכטע און צו באקומען שטיצע פון די גוטע מלאכים. 3) מענטשן וואס זעען וואו די צוויי אויבנדערמאנטע פירן, דעריבער כאפן זיי זיך אן אין טרוקענע קיום המצוות, און כאטש וואס דאס איז גוט פאר זיך, ווערט דאס אבער עקסטרעם, און ער הייבט אן צוצולייגן אלע מיני פרטים און דקדוקים עד אין קץ און איז אין דעם עוסק א גאנצן טאג, און דער שלעכט'ס וואס פאסירט איז אז דער מענטש פארלירט די כוונה הפנימית וואס איז די נשמה פון די מצוה, און נאך מער אז די עיקר מצוות וואס דאס זענען די חובות הלבבות דאס לאזט ער אינגאנצן אפ, און שפעטער הייבט ער אן אפילו ביי די מצוות מעשיות צו נאכלאזן פון די מצוות שכליות וועלכע זענען דאך צו פשוט, און איז עוסק מער אין די חוקים און אומפארשטענדליכע מצוות, און דאס ברענגט דעם מענטש צו אפלאזן דעם עיקר תכלית העבודה וואס איז אויפצוהייבן דעם מענטש און זיין נפש, און ער מאכט זיך פאר א עבד כושי וואס שטייט שטענדיג גרייט צו טון זיין ארבעט און באקומען זיין שכר, בבחינת פרוש מה חובתי ואעשנה. ע''כ דברי החכם הנ''ל וש''י.

דער געדאנק אז די מצוות מעשיות זענען נאר געגעבן געווארן צו ברענגען דעם מענטש צו העכערקייט איז נישט קיין נייער, ווי דער אבן עזרא שרייבט ''כי יחשבו כי המעשה עיקר, ואיננו רק הלבב, והמעשה והלשון להרגיל, וכן כתוב בפיך ובלבבך לעשותו, וקדמונינו אמרו רחמנא לבא בעי, ושרש כל המצוות עד שיאהב את השם בכל נפשו וידבק בו וכו''' ע''ש און אזוי שרייבן אלע גדולי ישראל, דער רמב"ם אין זיין מורה הנבוכים איז מסביר באריכות אז די טעמי המצוות זענען נאר צו העלפן דעם פאלק צו קענען אנגיין און לעבן אינאיינעם, רוב פון די מצוות מעשיות זענען נאר געגעבן געווארן כדי דער מענטש זאל קענען לעבן רואיג אויף דער וועלט און זיין מוח זאל זיין רואיג און ערמעגליכט צו פארשטיין די סודות הבריאה וואס איז לויט אים דער עיקר תכלית.

כאטש וואס קיינער קריגט נישט אויף דעם וויכטיגקייט פון קיום המצוות בפועל און דער זהירות אפצוהיטן יעדן דקדוק ההלכה, איז אבער געווען במשך הדורות כסדר תקופות ווען מענטשן האבן פרובירט מער ארויסצונעמען דעם עיקר דערפון און געפינען דעם פנימיות וואס ליגט אין די תורה.

נאך אין די צייטן פון חז''ל זענען שוין געווען די אלכסנדריים וועלכע האבן אויסגעטייטשט די מצוות אלעגאריש, זיי האבן גע'טענה'ט אז דער קיום המצוות איז בכלל נישט וויכטיג ווען איינער נעמט שוין ארויס דעם עיקר נקודה, דאס זעלבע זענען געווען די נעא-ראציאנאלן אין שפאניע נאכ'ן רמב"ם וועלכע האבן מבטל געווען אסאך מצוות, און דאס זעלבע ביי די שפעטערע רעפארמער, אבער דאס אלעס איז געקומען מכח זוכן דעם פנימיות, דעם נשמת המצוה, און אין אלע תקופות האבן אידן דאס געזוכט אויף פארשידענע וועגן.

חז''ל האבן טאקע גאר שטארק פארברייטערט דעם קאודעקס פון הלכה, טויזנטער נייע דינים און הלכות זענען צוגעקומען אין יעדן קליינטשיגן פרט פון די תורה, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם וויכטיגקייט פון זוכן דעם עיקר, דעם ליכט פון די תורה, און דאס האבן אסאך אידן געפונען אין קבלה, קבלה האט פון  איין זייט מקדיש געווען די פרטי המצוות, יעדער דעטאל פון הלכה האט באקומען א טעם על פי סוד און איז פרעזערווירט געווארן אלס חוב צוליב די קדושה דערפון, אבער פון די אנדערע זייט האט קבלה ווידער אויפגעוועקט דעם פלאם פון נשמת המצוות, די מצוות פאר זיך זענען נישט בלויז דאס אויספאלגן די טרוקענע הלכה, די מצוות האבן א סוד, א פנימיות, און זייער ציל איז צו דערנענטערן דעם מענטש צום באשעפער, און צו מאכן תיקונים אין די עולמות, דער ציל איז שטענדיג געשטאנען פאר די אויגן.

אין די צייט פון פאר'ן בעל שם טוב איז אידישקייט דורכגעגאנגען א גאר שווערע תקופה, עטליכע הונדערט יאר פון ווילדע רדיפות און גירושים דורך יעדן לאנד איבער אייראפע, אין די פוילישע שטעט איז דער מצב געווען אז די רבנים האבן זיך געשריבן לאנגע תשובות אנגעפילט מיט בירורים און סוגיות אין הלכה, און דער פשוט'ער המון עם איז געשלאפן, לויט הלכה זענען אסאך פון זיי געווען פסולי עדות, זייערע מקוואות זענען עפ''י רוב געווען שאלה'דיג, זיי האבן הלכה'דיג נישט יוצא געווען קיין איין טאג קרי''ש ותפילה, און זיי זענען געווען אין א מצב פון ייאוש.

דער בעל שם טוב און חסידים האבן אויפגעוועקט דעם פלאם דורך ארויסברענגען נאכאמאל די נשמה פון אידישקייט, ער האט גענומען פראסטע פויערן און געטאנצט מיט זיי, ער האט גערעדט פון זייער תהלים זאגן און ער האט עס געמיינט, פאר זיינע דערהויבענע חסידים האט ער אויך גערעדט וועגן אהבת ה' און יראת ה', וועגן שמחה, וועגן דביקות, דער טרוקענער הלכה און פלפול האט ביי אים נישט אויסגענומען, ער זאל זיך האבן אויסגעדרוקט שארף אנטקעגן חומרות אין הלכה, דער עיקר איז צו האלטן דעם ציל פאר די אויגן: קרבת ה'.

און פונקט ווי די קבלה וואס זיי האבן אנגעהויבן לערנען, האבן חסידים אויך פון איין זייט מורא'דיג מחמיר געווען אויף פארשידענע מצוות ווי שחיטה און תפילה און נאך פילע חומרות, אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי געלייגט דעם דגוש אויף דעם פנימיות המצוות אפטמאל אויפ'ן חשבון פון דקדוק ההלכה, ברענגענדיג אפטמאל פאראדאקסאליש מחמיר צו זיין אויף הלכה אויפ'ן חשבון פון עובר זיין אויף הלכה, ווי עובר זיין זמן תפלה צוליב גוף נקי, הפסק בתפילה צוליב כוונה, און גיין אין מקוה שבת צוליב טהרה.

פיל מער ווי די דקדוקי ההלכה וואס חסידים האבן צובראכן איז געווען דער ענין פון מנהגים, ביי מענטשן וואס זעען נאר דעם חיצוניות'דיגן טייל פונעם לעבנ'ס פירונג איז יעדע זאך שווארץ אדער ווייס, אסור אדער חייב, א מימרא פון א גדול אויף להחמיר מאכט דאס פאר א כמעט מדאורייתא, אבער א קרום פון א וואויל'ן איד אויף א דבר שברשות פארוואנדלט דאס אין א תועבה, דער גרעניץ צווישן גוטס און שלעכטס איז מורא'דיג קלאר, יעדע זאך איז טוב אדער רע, און דער מח ווערט אויסגעלערנט צו טראכטן אויף דעם וועג, עס איז נישט דא קיין לפנים משורת הדין, הוראת שעה, אדער שכל הישר, יעדע זאך האט זיין באשטימטן קאטעגאריע אין הלכה, עס איז אדער שווארץ אדער ווייס, דאס ברענגט מענטשן צו הרג'נען מארשירער'ס ביי א געי צערעמאניע, און דאס ברענגט אנדערע צו גנב'נען פון דער רעגירונג אויפ'ן סמך פונעם היתר פון גניבת עכו''ם.


ביי די בני אשכנז איז יעדע זאך געווארן א הלכה, די צענדליגער טויזנטער מנהגים זענען אפגעהיטן געווארן דורי דורות, און נישט איינמאל האט מען זיך שיעור גע'הרג'עט צוליב חילוקי דעות איבער וועלכן פיוט מען זאגט ביי מערבית אויב אחרון של פסח געפאלט אום שבת, חסידים האבן צובראכן דעם בנין, חסידים האבן געשטרעבט צו אויפבויען פונדאסניי דעם קשר צווישן מענטש און זיין גאט אן די אלע צוגעלייגטע הוספות וועלכע האבן זיך אנגעזאמלט, חסידים האבן דאס געטון אויף אלע אייגנארטיגע אופנים, אבער האבן געשטרעבט צום עיקר, און האבן דאס טיילמאל ערפאלגרייך דערגרייכט.

חסידות היינט איז ווייט נישט דאס וואס עס איז אמאל געווען, דער לאקשן יויך איז ווידעראמאל פארהייליגט געווארן, און מענטשן טוען כל מיני וואנזיניגע זאכן אין נאמען פון גאט, אן אריינטראכטן א מינוט פארוואס און פארווען, אבער אז מען זעט א מענטש וואס טראכט פונעם באשעפער, לעבט מיט'ן באשעפער און אטעמט מיט אים, אפגעזען צו דאס איז דער ריכטיגער וועג אדער נישט, דארף מען דאס באטראכטן מיט'ן ריכטיגן בליק, און פרובירן צו פארשטיין וואס עס איז אונזער תכלית אויף דער וועלט.

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר