אלגעמיינע ביכער צום ליינען

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

אלגעמיינע ביכער צום ליינען

שליחה דורך יידל »

ניין, ך'טו נישט תשובה. ך'בין אבער יא צוריק. שלום עליכם, עליכם שלום. ווער זענט איר? א פרישע ניק? שוין, אזויפיל צייט אדורך, אזויפיל וואסער איז דורכגעפלאסן אין טייך אז כמעט ולא נודע כי באתי אל קרבנה פון מיין באליבטן שטיבל. עפעס א טעג פון [tag]שמעקעדיג[/tag] האט מיר צוריקגעשלעפט איך זאל נאכאמאל באזוכן דעם סייט, און די תאוות הכתיבה האט זיך מיר צוריק אנגעצינדן. Just kidding! גלייבטס מיר, כ'ליין יעדן טאג, און ווען ך'קען ווען וואלט ך' יעדן טאג געשריבן, נאר וואס קען איך טון אז ברוב רחמיו וחסדיו ובעוונותינו הרבים בין איך ליידער געווען פארנומען לעצטנס, פארשאלטן צוליב חוה'ס חטא, א שרייבער'ס אפשטעל גרויס ווי אנטארטיקע, און אינטערנעט נאר אויף א פיצל פאון וואס איז קוים ראוי מצרף צו זיין צום מנין. שוין, מה שהיה היה, דער עיקר אז מ'איז צוריק דא.

צום ענין. מ'האמיר שוין ב"ה אן אשכול אויף נייע אלגעמיינע ביכער אבער נישט-נייע אלגעמיינע ביכער האבן מיר נאכנישט קיין אשכול מיוחד. אדער אפשר יא? אויב יא, יבוא בעל הכרם וימזג אשכול זה עם האשכול השני. א'קיצור, כ'האב זיך לעצטנס איינגעהאנדלט (קרי: דאונלאודעד) דעם קינדל עפפ, און מ'האמיר זיך גענומען ליינען ביכער אין גרויסן. אז מ'ליינט דארף מען דאך הערן דעם דעת הקהל אויף וואס מ'ליינט און עס דורכדרעשן בדיבוק חבירים. זאל אלזא דא זיין א מקום מיוחד צו שמועסן איבער אלגעמיינע ביכער אין אלגעמיין, די גוטע, די גאר גוטע, און די שלעכטע, רעקאמאנדירטע און דאס פארקערטע.

איך האלט יעצט אינמיטן ליינען מעלקאם גלעדוועל'ס בוך "וואס דער הונט האט געזען". קודם א שטיקל הקדמה אויף גלעדוועל'ן. ער איז א אינטערנאציאנאלע בעסטסעלינג מחבר, און זיינע ביכער זענען געווענטליך א געמיש פון פאפ-סייענס און אינטערעסאנטע אנעקדאטן. גלעדוועל'ס מעלה ליגט אין זיין גאר ציציענדער שפראך, און זיין חוש צו שרייבן אויף א גאר לייכטן אופן. אנדערש ווי זיינע אנדערע (בעסטסעלער) ביכער, איז "וואס דער הונט האט געזען" נישט באזירט אויף עפעס א נושא וואס גלעדוועל טוט דורך כדרכו בקודש (כ'מיין נישט גארנישט, כ'מיין נאר די מליצה צו צוברעכן די אויער (קרעדיט, [tag]יאיר[/tag]) נאר עס איז א קאלעקציע פון 19 עסייען וואס גלעדוועל האט געשריבן פאר די "ניו יארקער" מאגאזין. דער בוך איז צעטיילט אין דריי חלקים. דער ערשטער חלק, וואס כ'האלט נאך אינדערמיט פון איר, איז איבער קלענערע זשעניס. דאס הייסט, נישט וועלט-בארימטע זשעניס וואס האבן געטוישט די וועלט ווי איינשטיין אדער סטיוו דזשאבס (להבדיל אלף אל.., אה, כ'האב נישט דערמאנט קיין איד, פארגעט איט), נאר איבער קלענערע נישט-וועלט-בארימטע זשעניס וואס זענען אויפגעקומען מיט חידושים און האבן געטוישט די וועלט, א שטייגער ווי דער אבסטעטרישאן דזשאן ראק וועלכער האט דעוועלאפט דעם בוירט-קאנטראל פיל. כ'קען נישט זאגן אז כ'האב הנאה געהאט פון יעדן עסיי, אבער פון געוויסע (טאקע פון דעם עסיי איבער ראק, אדער פון אן אנדערן עסיי איבער נאסים טאלעב דער מחבר פונעם בעסטסעללער "די שווארצע שוואן") האב איך גאר שטארק הנאה געהאט. גלעדוועל שרייבט גאר געשמאק און פון אן אייגנארטיגן קוקווינקל. די אנדערע צוויי חלקים פון וואס דער הונט האט געזען זענען איבער פרעדיקציעס און די פראבלעמען פון זיי, און איבער אפשאצן דער מענטשליכער פערזענליכקייט און כאראקטער. כ'וועל באריכטן ווען כ'וועל ליינען אי"ה.

גלייכצייטיג ליין איך אויך א לייכטערן בוך מיטן נאמען "קעפ אין בעטן" פון אן ארבעטער אין האטעלן אין ניו ארליענס און אין ניו יארק פאר איבער 15 יאר. דער בוך איז געשריבן אויף א לייכטן הומאריסטישן שפראך, אריינגעמישט אביסל פראפעניטי (אההממ... אפשר אביסל אסאך, איר ווילט נישט וויסן וואס טוט זיך אלס אפ אונטער די טירן פון די האטעלן אין ניו יארק סיטי...), און איז אויך היבש אינפארמאטיוו איבער דעם גאנצן הלוך ילך פון דעם האטעל ביזנעס, כולל אלע טריקס וויאזוי צו בא'גנב'ענען די מיני באר און וויאזוי זיכער צו מאכן אז די וואלעי צוברעכן נישט אייער קאר. דער ניו יארק טיימס האט געהאט א גוטן איבערזיכט דערויף.

און וואס ליינט איר?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 125 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר