The Core of Emunah - הרב משה וואלפסאן, אדמו"ר אמונת ישראל

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10583 מאל

The Core of Emunah - הרב משה וואלפסאן, אדמו"ר אמונת ישראל

שליחה דורך אבטולמוס »

עס איז מיר געווען אן איבערראשונג צו זען א נייעם בוך פון הרב משה וואלפסאן, האדמו"ר מקהילת "אמונת ישראל", איבער אמונה. דער בוך הייסט The Core of Emunah, און טראגט דעם אונטערקעפל, "פונדאמענטאלע אמת'ן פון אמונה און פראקטישע סטראטעגיעס."

איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די שמועסן און תורות פון הרב וואלפסאן, און דערפאר איז מיר געווען א סורפרייז אז ער איז עוסק אין אמונה אויף א לאגישן אופן, און אדרעסירט פראגעס וועלכע שטערן יעדן דורש ומבקש. עס רעדט וועגן באווייזן אז ס'איז דא א גאט, אז די תורה איז אמת, אז חז"ל זענען געווען גערעכט, וכו'. דער עצם פאקט אז א חסידישער רבי טוט דורך די זאכן, און שפירט וויכטיג זיי צו אדרעסירן איז באמת א פאזיטיווע זאך און א חידוש נפלא.

ווי מ'קען זיך אליין פארשטעלן איז הרב וואלפסאן בכלל נישט קיין מחדש אין די ענינים, און איז נאר א מלקט פון אנדערע וואס האבן געשריבן אויף אמונה. און אוודאי קען מען נישט ערווארטן אז א בוך פון א חסידישן רבי'ן פאר אן אלגעמיינעם היימישן לייענערשאפט זאל טיף אריינגיין אין די ענינים פון א פאקטועלן און טעאלאגישן שטאנדפונקט. דאס זעלבע איז דער קוואליטעט פון זיינע ראיות זייער שוואך און אויבערפלעכליך. צום ביישפיל, איינער פון זיינע הויפט ראיות אויף חז"ל'ס וויסנשאפט איז דער פאקט אז דער זמן מולד הלבנה וואס חז"ל ברענגען אין מס' ראש השנה איז כמעט גענוי דאס וואס די היינטיגע וויסנשאפטלער באשטעטיגן. מיר האבן שוין באריכות אויסגעשמועסט דעם ענין, און אנגעוויזן ווי דער ציפער וואס חז"ל האבן גענוצט איז שוין פארשריבן געווארן עטליכע הונדערט יאר פאר דער תלמוד איז געשריבן געווארן, אין דעם בוך פון דעם מצרישן אסטראנאמער תלמי.

אבער דאך קען מען נישט אוועקמאכן א בוך וואס אדרעסירט די יסודות פון דת יהדות -- א נושא וואס ווערט, איראניש, גענצליך איגנארירט דורך אנדערע חסידישע רבי'ס און קהילות. און דער בוך איז רעקאמענדירט פאר די וואס ווילן א בוך פון אן אמת'ן חסידישן איד, און א רבי דערצו, וואס גייט אריין אין די יסודות'דיגע פראגעס פון אמונה.
בייגעלייגטע פיילס
Wolf.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אבטולמוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר