גאט באווייז דיך צו מיר זעלבסט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

גאט באווייז דיך צו מיר זעלבסט

שליחה דורך ברוינשטיין »

ווער ביסטו, וואס דיין נאמען איז,
ער אדער א זי, אדער גאר א שטות,
איך נעם די מיה, ווייל איך מיז,
זוכן די, וואס מאכט מיין ריס.

געזוכט טעג'ן, געקלערט וואכן,
לאנגע וועגן, בין איך געקראכן,
געטוהן פרעגן, תשובות צוריק געשטאכן,
ענטפערס מעגן, זיין ווייניגער צעבראכן.

אברהם האט געניסן, צו איהם זיך באוויזן,
ביי זיינע ברית'ן, איך גערעדט געשריגן,
פון אייר ביז ניסן, ווערטער שיסן,
ביזן, ריזן, הימל דיך צו גריסן,
אפשר צוריק שמעוסן, זאלסט נביא גיסן,
אבער שטילקייט מיך געשמיסן, מיך געביסן,
מיין געוויסן, זאלסטו וויסן,
ווי דאס האט מיך שטארק צעריסן,

אוי! טאטע זיסן.

איך ווייס בײ מיך, אז אנטפלעקן,
איז נישט שכיח, כ'וויל נישט בלייבן שטעקן,
טוה איך אפ גיך, מיין שיך,
די זאלסט דיך, באווייזן הייליג רוח,
אויסקלארן מיינע פלעקן,
און ענדיגען די זוך,
מיט א גלעטל אָן א שטעקן,
זאל איך גלייבן אין דיין הייליג ביך.

וואודער קול, וואודער קול,
אין מיינע אויערן זיי צוריק קלאפן,
וואודער קול, וואודער קול,
מיין רוף די בערג איינזאפן,
וואודער קול, וואודער קול,
אויב קענסטו מיר אויפכאפן,
וואודער קול, וואודער קול,
איך פרוביר דיר צו דערטאפן.

וואודער קול, וואודער קול,
איך ווי א לייב א שרייעדיגע,
וואודער קול, וואודער קול,
ווי א וואלף א וויינעדיגע,
וואודער קול, וואודער קול,
פון דיין קינד א נייגעריגע,
וואודער קול, וואודער קול,
מיין שטום-בענדער הייזעריגע.

האפענונג איך טראג,
א יעדן טאג,
מיינס א רייץ,
צו זעהן דעם קֵץ,
טאקע א יאך,
גלייב איך דאך
מיין אומגעפונס,
נישט אומזינסט.

ס'איז אנגעקומען!
מיך ארומגענומען,
א שיינע פייער,
א ווייסע שלייער,
גאט קישט מיר,
צווישן אויגן פיר,
אזוי בוי איך א בנין,
נעבעכדיגע דמיון.

אויב ליינסטו מיינע געדאנקען,
וועסטו אוודאי וויסן טאָן,
מיינע הייליגע אמונה צאנקען,
וועלכע עס גייט זיי גארנישט אן,
איך דארף נישט קיינע געשאַנקען,
נאר איין געשאַנק איך מאָן,
באווייז דיך כ'זאל דיר קענען דאנקען,
און מיט שטאלץ ארויפציען דיין פאָן.

עס זעהט אויס נאריש און סארקאסטיש,
ס'איז שוין ארויס פון סטיל אז גאט זאל זיך באווייזן,
ווער אין דעי דור קלערט נאך אזוי פאנאטיש,
קיינער טראכט אזוי אפילו אין די שענסטע קרייזן,
אויב וויל מען גלויבן און זיין צו דיר סימפאטיש,
דארף מען זיך שטארקן ווי נאגל אויף אייזן!
מיט בלוט אדער האניג וועל איך בלייבן צו דיר לייַטיש,
יא! איך! גלייב! דו וועסט קומען מיין מיסטעריע לייזן.

אויב נישט בייטאג אפשר ווען טונקל,
אויב נישט אין מדבר אפשר אין שטעטל,
"אויב נישט אויף ערד אפשר אין הימל..."

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר