היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט

שליחה דורך אדנירם »

[center]הקדמה והבהרה.[/center]
איך געב דא איבער א היסטארישע בליק אויף איינע פון די גאר קאנטראווערסיעלע פיגורן אין כלל ישראל, וואס איז אוודאי געוויס געווען א רשע להלכה וואס האט פארדינט זיין טויט, אבער איז געווען גענוג אינטרעסאנט אז במשך הדורות האבן פיל גדולי ישראל זיך אויסגעדריקט אויף אים אויך מיט פאזיטיווע שטריכן. דאס איז דער מענטש וואס צוליב אים האלטן מיר היינט ניטל: ישו הנוצרי.

עס איז א היסטארישע אפהאנדלונג, וואס האט מעגליך קיין אחיזה אין מציאות, אבער איז פארט ווערט א בליק, ובפרט ווען ס'שטעלט זיך יא ארויס אזא בליק דורך פארשידענע היסטאריקער און להבדיל גדולי ישראל. עס איז אויך א פסיכאנאליז אויף יאשקע זעלבסט, אזויווי אויף די דור אין וועלכע ער האט געלעבט. באזונדער ווערן אויסגעשמועסט געדאנקען וואס האבן דא געטראפן א מקום ארויסצוקומען מן הכח אל הפועל. פארשידענע זאכן קען מען ארויסדרינגען דערפון, אבער לא באתי בשביל זה, והמבין יבין.


א.

ער זיצט און טראכט, עס רעגנט און גיסט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


צווישן די ענדלאזע גליל בערג
אין אין-סוף פון וויסטעניש
זיצט און קוקט אויף גאטס ווערק
א הארץ פול מיט גלוסטעניש.

שיינע ביימער, בלויע הימל
זאמדיגע וועגן ענדלאז ברוין
ווייט פון ירושלימ'ס געטומל
ווייט פון קעניג'ס קרוין.

זיצט און קלערט
אין גאטס ווילן
אים איז באשערט
זיין נייגער זאל נישט שטילן.

די פארטייען אין לאנד יהודה
ער טראכט מיט אפשיי
שנאה מיט קנאה א רקידה
ער וויל קיין שייכות מיט זיי.

שלעכטע מענטשן, הארצלאז
מיט פרומע מאסקעס
ווער עס גייט נישט אין זייער שטראז
כאפט קנאי'שע פראסקעס.

שלעכט איינער צום צווייט
מיין רבי איז דיין רבי'ס פיינט
טריקענע זעלן, טויטע לייט
מעכאנישע מצוות דען שיינט?


ער זיצט און טראכט, אין הארץ איז פוסט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


------

ב.

נישט דאס האט גאט געמיינט
אפילו נישט קיין טראפ
און ווען זיין הארץ וויינט
געדאנקן ווירבלען אין קאפ.

מ'קען קומען צו א טאלק
ווען אידישקייט איז א געזעץ שפיל
איך וועל פירן דאס פאלק
צו א פיל בעסערן ציל.

אנשטאט שבת היטן
מיט פילע הלכות גדרים ואיסורים
לאמיר דאס אויסביטן
מיט הארץ, געפיל, והרהורים.

אנשטאט תרי"ג געבאטן
מיט תלמו'דישע לערנונגען געוועבט
פארזיס דאס ווי מוזיק נאטן
אין א העכערע ספערע מען שוועבט.

דער עיקר איז דאס הארץ
די סטרונעס א שאקל געבן
נישט טריקן, ווייס און שווארץ
א טעכניש מעכאניש לעבן.

פארבעסערן די טהאטן
צווישן מענטשליכע פערזאנען
אן העכערע אריסטאקראטן
וואס טוען שלעכטס דערמאנען.


ער זיצט און טראכט, דאס הארץ עס גלוסט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


---------

ג.

שלאנק און דאר
מיט פייערדיגע אויגן
געאייגנט דערפאר
צום מלאכה טויגן.

זיין בלאסע געזיכט
ווי א טרוימער און דיכטער
אויף זיך נאך א שיכט
פון א נאבעלע ריכטער.

א בשורה ער טראגט
פאר ארימע מאסן
וואו קיינער פארמאגט
כח צו שפאסן.

"גאט וואס דארף-ער?
נאר ענקער געפיל!"
און פירט אויס שארפער
אויף די וואס שפילן א שפיל.

"וואס וויל די תורה?
טריקענע געבאטן?
קופערנע סחורה
פאר מענטשליכע ראבאטן!"

מען הערט מיט עקסטאז
דאס פאלק יובילירט
לאמיר מאכן אן אפרייס
פון וויאזוי מיר ווערן געפירט.


ער זיצט און טראכט, דאס הארץ פארזיסט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


--------

ד.

זיצן די סנהדרין און חכמים
און זעען די ביטערע לאגע
כבר היה לעולמים
אזא פונדאמענטאלע פראגע.

וויאזוי זאלן די אידן זיך פירן
אויף דער עמטליכער וועג
אז זיי זאלן סיי קענען שפירן
סיי קלעטערן אין ריכטיגן שטעג.

מען מוז האבן סטרוקטור
א גאנץ פאלק צאמצוהאלטן
אויב איז געפיל א פטור
הייבט זיך אלס אן צו שפאלטן.

דאס הארץ צו רייניגן
יעדער פאר זיך זאל
מיט פארגעניגן
איינמאל און נאכאמאל.

אבער א פאלק וועט גיין צוגרינד
ווען דער רגש דיקטירט
רגש פירט צו אכזריות און זינד
ווען דורך שלעכטע געפירט.

ישוע דארף אויפהערן פארפירן
אויב וויל ער לעבן בלייבן
אויב וועט ער זיך גרופירן
וועט ער מוזן שטארבן.


ער זיצט און טראכט, פון לעבן פאר'מיאוס'ט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


------

ה.

אבער נישט ישוע
וועט אויפגעבן זיין טרוים
זאל זיין די מניעה
הענגען פון א בוים.

ער פארשפרייט זיין לערע
פאר צובראכענע מענטשן
עס וואקסט זיין עהרע
זיי טוען אים בענטשן.

'א געטליך מאן'
'א זון פון גאט
צווישן אונז פארהאן'
'געטליכקייט ער האט'.

א נביא באווייזט וואונדער
מאסן ווערן צוגעצויגן
מיר גייען ווי שאף און רינדער
נאך דיינע ווייטזעענדע אויגן.

די רוימער דערשמעקן
א נייע רעוואלט
נאך א טרוימער אן קיין עקן
פירט די מאסן און שאלט.

ישוע לעבט אין זיין חלום
שרעקט זיך נישט פון טויט
ער מאכט מיטן מצב שלום
ער ווערט געקרייציגט אין נויט.


ער זיצט און טראכט, אלס איז ווייטער וויסט
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


-------

ו.

צענדליגע יארן זענען פארביי
זיינע נאכפאלגער טוען זיך מערן
עס ווערט א מאכטפולע פארטיי
די רוימישע מלוכה טוט צו זיי קערן.

מיט איר איינפלוס און מאכט
וואקסט מיט קארופציע
שנאת ישראל און פאראכט
מי יגלה עפר מעיניך ישוע.

שלעכטע גייסטליכע פירער
גנבים און מערדער קאלטבלוטיג
געברענגט מיליאנען מארטירער
פאגראמען און פלינדערייען געמוטיג.

א רעליגיע פון פרידן
דורכן שייטער הויפן
הרג'עטס די אידן
דורך סיי וואספארא אופן.

די פאן טרעגער פון געפיל
רחמנות און ליבע
מיט רשעות און פאלשקייט פיל
ווי וואסערן טריבע.

דאס פאלק פון אידן
גענוג רגש פארמאגט
אפילו אינעם גלות דעם מידן
אפילו ווען זיי מען שלאגט.


ער זיצט און טראכט, זיין אייגן בלוט און פלייש מען שיסט
פארטוישט זיין רעליגיע, ווי זיין נאמען - יעזוס קריסט.

דער אשכול פארמאגט 76 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר