קלוגע אויסדרוקען

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

קלוגע אויסדרוקען

שליחה דורך קוקי »

כ'וויל דא מאכן א זאמל פון פארשידענע אויסדרוקן פון קליינע און גרויסע זאגער'ס. זייערע און אונזערע סלאגאנען, שפריכווערטער, גלייכווערטער, און שפיצן.

ווער ס'האט אמאל געבויעט א נייעם גן עדן, האט גענומען די ענערגיע זיינע פון זיין אייגענעם גיהנום. [סאקראטעס]

אונזער קנאה געדויערט אסאך לענגער, ווי דאס גליקליכקייט פון די וואס מיר זענען זיי מקנא. [העראַקליטוס]

וואלטער דער חכם זאגט; צוויי זאכן פארזיסן די פראבלעמען, דאס זענען 'שלאף' און 'האפענונג', אבער איך לייגט צו; אויך דאס 'געלעכטער'. [אימאנועל קאנט]

דער מאן וואס זוכט אזא פרוי וואס איז סיי, שיין קלוג און וואויל, זוכט באמת דריי פרויען. [אסקאר וויילד]

ממש צו לעבן, דאס איז עפעס וואס איז זייער זעלטן, רוב מענטשן טוען איינפאך בלויז עקזיסטירן. [אסקאר וויילד]

מענטשן זענען גרייט אלעס צו טון פאר געלט, אפילו אויך ארבעטן. [וועלטליך]

זארגן, איז אזויווי א שטאך; ווי מער דו וועסט עס קראצן, אלץ מער וועט עס וויי טון. [שמחה'לע]

איך בין באמת דאר, נאר ס'איז דאס דיקע שיכט פעטנס וואס מאכט דעם דיקן אנשטעל. [וועלטליך]

א שמייכל, איז דאס בעסטע 'מעיקאפ' אויפ'ן געזיכט. [שמחה'לע]

אויב ארבעט איז געזונט, לאז איך עס פאר די קראנקע. [וועלטליך]

דער אשכול פארמאגט 278 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר