א פארלוירענער געלעגנהייט - מיין איצטיגער פארלעגנהייט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

א פארלוירענער געלעגנהייט - מיין איצטיגער פארלעגנהייט

שליחה דורך ספרא דמרא »

פארמישט און דערטראגן
די געפילן מיר פלאגן
אפשר צו אפווישן טרערן
אדער עס גאר אויפהערן

פארוויינט און אין נויט
די באַקן שוין געשוואלן רויט
די קאפ און די בויך קרעמפן
וואו נעמט מען דעם קראפט צו קעמפן

דער גרעסטער און איינציגער בראָך
איז דאס שפירן אז אפשר דאָך
אבער דאס געוויסן שלאגט אין טיפן
קיינער וועט נישט צוריקרופן

פארלוירן סיגנאלן
גייען אונטער די שטראלן
מיט וויינענדע טענער
גייען פארביי אלע פלענער

אויפן געוויסן זיי מארשירן
און טוען דעם קאָפּ פארפירן
דאס איז א פארגאנגענהייט
פארפאסט די געלעגנהייט

עס וועט אויפקומען א זון צו מאכן ליכטיג
דאס איז גראדע ריכטיג
און דאן איך וועל נישט געדענקען
אדער וועל איך זיך צום יעצט גאר בענקען

זיץ איך אליין ווען ערקלערן נישט געקענט
דאס געזיכט איינגעגראבן אין די הענט
אבער אז דאס געפיל זאל בלייבן
ברויך איך עס אראפשרייבן
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר