שיריים פון מיין באזוך אין שפיטאל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 349 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 520 מאל

שיריים פון מיין באזוך אין שפיטאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

לעצטענס האב איך געוויילט א קורצע וויילע אין שפיטאל, ב''ה נישט קיין ערענסטע זאך, אט איז א שטיקל פון מיינע געפיהלן וואס כ'האב מיטגענומען אויף מיר צו באגלייטען אויך אויף אינדרויסען.

עס הערשט דארט אן אינטרעסאנטע געמיש אינווייערמענט, פון איין זייט נעמט מיך איבער א געפיהל פון ענווה, א גייסט פון מה אנוש כי תזכרנו, דער גרויסע מין האנושי וואס האט מיט איר קלוגשאפט און פאר שטאנד ארויפגעצויגן איין סקיי-סקרעיפער נאכן אנדערע, וואס די אויגן האבן באוואונדערט אויפן וועג, מיט איין קליינע שנעלקע פון אויבן, געפונט ער זיך אויפן בעט וכל חילו לא יועיל לו לכלום.

א צווייטע געפיהל ציהט זיך אבער איבער, א געפיהל פון רעספעקט און עהרע, רעספעקט פאר די אלע הונדערטע איינגעשטעלטע נורסעס און דאקטורים, פון די אנעסטיגעלאג ביזן כירונג, נורעאלאג צום קארדיאלאג, יעדן מומחה אין זיין פעלד וועלכע לעבן אין אן אנדערע וועלט, אין א וועלט פון העלפן, היילן און פארלייכטערן פאר זייערע פאציענטן, פרייען זיך כמוצא שלל רב אויף יעדע נייע אויסטרעף אין מעדעצין וועלכע וועט האבן א אימפעקט אויף זייערע פאציענטן, מלאכים בדמיות אנשים, וואס די גאנצע לעבן איז א שטיק העכערקייט, א שטיק יענעם, עס נעמט מיר זאגאר אן א קנאה געפיהל, איך גלוסט דער וואס לייגט זיך ביינאכט מיט דעם דערהויבענעם גייסט וואס נאר אזא איינער, וואס האט זיך אוועקגעגעבן דאס לייב און לעבן פאר א צווייטן, שפירט.

אויף דעם שוין געפיהל-אנגעלייגטע הארץ שפראצט ארויס א נייער גייסט, א סענס פון דערגרייכונג און שעצונג צום מין האנושי, וואס האט דערגרייכט צו וואס די נביאים האבן בלויז געזעהן אין זייערע חזיונות, וואס די פילעזאפען האבן נאר געשריבען, א שטאטוס פון "ויעשו כלם אגדה אחת", נמנו וגמרו, יעדע מענטש סיי רייך סיי ארעם, סיי א מאן סיי א פרוי, סיי דער וואס זיין הויט איז שווארץ, ווייס, ברוין אדער סיי וועלכע פון די עלף קאלירן, איד, קריסט, מוסלעמענער אדער אטעיסט, וועם ס'ציהט די פארקערטע ג'ענדער אדער דער וואס גלייכט דאס זעלב'יגע, יעדער איינער באקומט דאס זעלבע טענדער לאוו און קעיר, ווייל ער איז א מענטש!, ס'שעפשעט זיך מיר ארויס א ברדיטשובער תפילה ''רבש"ע, נישט צו לאנג צוריק האסטו איבערגעדרייט סדום, ס'האט דיר באנג געטוען די מעשים פון דאס מענטש וואס דו האסט באשאפן וועלכע האבן נישט אויסגעארבעט זייער מענטש'ליכע געפיהלן פון דערבארעמדיגקייט, מיטגעפיהל, און רחמנות. פון א צייט וואס אן ארימאן האט מען גע'הרג'ט, א צדקה-געבער דערמארדעט, קוק אראפ וואו, שטאטליך אבער זיכערליך, זענען מיר אנגעקומען!".

אזוי שפרייזנ'דיג אין די קארידארן, נעמט מיר פלוצלינג איבער א נייע גייסט, אזאנס פון שטאלץ און אנערקענונג, א גאווה דקדושה פון דעם מענטשליכע אינטעלעגענץ, ווילן און עקשנות, נאר אדאנק די מיליאנען שעות פון הארעוואניע, שווערע ארבעט און אנטשלאסנקייט, האלטן מיר דא, מיט אזויפיהל דורכברוכען אינעם וועלט פון היילונג און מעדעצין, פון אנטיביאטעק צו ארגאנען-טרענספלענט, צו אין מספר אויסטרעפן וואס האט שוין געראטעוועט דאס לעבן פון מיליאנען, פון קענסער צו אינפעקציע צו הארץ קראנקע, נירן, וכל שאר רמ"ח אברים, פארלענגערט דאס לעבן-ערווארטונג, און פארבעסערט דאס קוואליטעט פון לעבן אין אלגעמיין. אזויפיהל קינדערלאזע זענען שוין געהאלפען געווארן דורך אזאנע וואונדערבארע אויסטרעפן ווי IVF און ד.ג., אזויפיהל אומשולדיגע מיידלעך (און יונגערליך) דארפן זיך מער נישט שעמען א דאנק פלעסטיג-סורג'ערי.

און יא, כאטש קיינער וואונטשט זיל נישט צו דארפן וויילן אין שפיטאל (אויסער אינעם לעבאר און דערליווערי אפטיילונג) איז אבער עכשיו שנברא, נעם איך מיט מיין לעקציע פארן לעבן, יא, ס'איז דא א וועלט אינדרויסען, וואס דעקט איבער דעם שיינקייט פונעם מין האנושי מיט א פארבלענדעניש פון געלט, תאווה, כבוד, פאליטיק און נארישע שנאה און סופעריארע, אבער ווען מ'נעמט אראפ די דאזיגע שיכטן אנטפלעקט זיך א הגשמה פון נבואה אלוק-ית, "וְהָיָה צֶדֶק אֵזוֹר מָתְנָיו וְהָאֱמוּנָה אֵזוֹר חֲלָצָיו. ווְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ".
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
רעאגיר