פיינפולע און דערדרוקטע שורות - כ'זעה גייסטער נישט צורות...

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

פיינפולע און דערדרוקטע שורות - כ'זעה גייסטער נישט צורות...

שליחה דורך ספרא דמרא »

איך האב פארלוירן א נאנטן, נישטא וואס קען טרייסטן, איך טרינק מיינע טרערן, איך עס מיין ווייטאג, איך דערשנאפ רייעס פון פיינפולע גראמען, איך זעה נאר גייסטן.

עס קרענקט, עס בענקט, זיך געדענקט, מח פארשווענקט, פארלוירן וואס געשענקט. איך כליפע.

איך הער נישט אויף
פון דיר צו קלערן
איך הער נישט אויף
איך וועק אויף די מארגן-שטערן

איך קען פשוט נישט
אפילו ווען איך וויל
איך קען פשוט נישט
כאטש איך בין שטיל

איך וויין מיט טרערן
איך וויש זיי אינדערפרי
איך וויין מיט טרערן
ביינאכט איך טרינק נאך ווי

דו פרייסט זיך
אבער איך קלאג
דו פרייסט זיך
ביי מיר קיין נאכט און טאג

קום שוין צוריק
מיט יעדן פון דארט
קום שוין צוריק
האלט שוין ווארט

דו שטייסט פאר מיר
מיט אויגן גרויסע ברייטע
דו שטייסט פאר מיר
מיט א שמייכל א צושפרייטע

קוקסט אוועק פון מיר
ווי בלינד איך טוה ווערן
קוקסט אוועק פון מיר
אבער איך זעה שנירלעך טרערן

ווייטאג און פרייד
זענען ביי יעדן פארהאן
ווייטאג און פרייד
ביי דיר נישט קיין שיין

איך בלייב געטריי
כאטש דיר בארבאריש אומגעברענגט
איך בלייב געטריי
כאטש אלס אויף א האר הענגט

קומסט מיר אין חלום
איך שיק דיר נישט אוועק
קומסט מיר אין חלום
באפאלסט מיר מיט שרעק

זאל איך נעמען די זאכן
וואס האבן דיר צוגענומען
זאל איך נעמען די זאכן
אן ענטפער טוה ברומען

איך ווייס נישט וואו
דיין זעהל שוועבט
איך ווייס נישט וואו
ביסט געווען ווען האסט געלעבט

איך ווייס אבער יא
אז צו מיר האסט א טרייב
איך ווייס אבער יא
אז דו ליינסט וואס איך שרייב...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר