ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3601 מאל

ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך טאמבל סאס »

די קינות איז פיהל מיט די ווערק פון ר' אלעזר הקליר. זיץ איך מיך אזוי אין שוהל און איך זאג מיך זיינע פיוטים - זיי זענען פיהל מיט דיטעיל און זעהר גראפיש. ער שמועסט אויס די צרות, די גורמים וכו'. איך טראכט צו מיר, פילייכט איז ער פון ירמיהו'ס צייטן - בייגעוואוינט די חורבן. אפשר אביסל שפעטער אבער די וואונדן זענען נאך פריש. מאך איך א שטיקל גוגל זוך און איך געפין אז אין די ימי הביניים האט מען געמיינט אז ער האט געלעבט בזמן התנאים, מאנכע האבן געזאגט אז ער איז ר' אלעזר בן ר' שמעון אדער ר' אלעזר בן ערך אבער היינט ווייסט מען אז ער איז פון ארום ענדע 6טן - אנהויב 7טן יארהונדערט אין אר"י. 500-550 יאר נאכדעם וואס דער חורבן האט פאסירט!

פרעג איך מיך מיט וואונדער, פון וואו האט ער געוואוסט צו מצייר זיין אלץ וואס האט פאסירט מער פון וואס ירמיהו אליינס פארציילט?? האט ער געהאט עפעס מקורות און קבלות וואס איז מיט די יארן פארלוירן געגאנגען אזוי אז מיר היינט האבן עס נישט? בכלל, ווי אזוי קען מען קלאגן צו די דעגרי וואס ער טוט קלאגן און נאך צו מחבר זיין אזויפיהל פיוטים דערויף, אזויפיהל יארן נאך ווען דער איווענט האט פאסירט? איך ברויך מיט איינהאלטן נישט צו שמייכלען ווען איך באגעגן עמיצן אין תשעה באב און ווען נישט איך טראג די קאראנע מאסק וואלט מיין קלון אנטדעקט געווארן. ווי אזוי האט ר' אלעזר מצליח געווען צו האלטן דער טרויער פריש אזוי לאנג נאך דער חורבן? אימעדזשין איך קום היינט און מאך פיוטים איבער די שפאנישע אינקוויזיציע...

איינער פליז עקספלעין?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר