פאנטאזיע- ש. פרוג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 774
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

פאנטאזיע- ש. פרוג

שליחה דורך שאלתיאל »

איך האב געטראפן אן אלטע הערליכע פאעזיע פון דעם רוסישן- אידישן פאעט שמעון-סמיון פרוג (איינער מיט אינפארמאציע איבער אים?), ליינט און דערקוויקט אייער הארצן.


'' דער מענטש איז אַ סוחר,
דער וועלט אַ יריד;
מ'האַנדעלט, מ'וואַנדעלט
מ'קאָׁכט און מ'זידט,
ס'איז ממש גאָר רעכט
אַ כפרה צו ווערען,
אַבי צו בעקומען
דעם רֶוַח וואׁס מעהר...
אך ניין, ניט קיין רֶוַח,
איך וויל, איך בעגעהר-
גיט אָב מיר צוריק
דעם קֶרן, דעם קֶרן!..

איך האָב אין דעם האַנדל
דאָׁך איינגעלעגט אַלץ,
דאָס טייערסטע גוטס אויף דער וועלט:
מיין קינדהייט, מיין יוגנד,
מיין זין און מיין האַרץ
האָב איך אין סכנות געשטעלט,
געיאָגט זיך נאָך רוח-
נאָך כבוד, נאָך יחוס,
געאַרבייט, געקאָכט אָהן אַ שיעור...
אך, ברידערלעך, לאָזט מיך
ארויס שוין פון די שותפוּת-
צו שווער איז דער האַנדל פאַר מיר! –
צו גרויס איז דער קֶרן,
צו קליין איז דער רֶוַח...
נעהמט, נעהמט אייך אין גאַנצן
די פרייד און דאָס גליק,
אי* יחוס, אי כבוד,
אי חכמה, אי גבורה,
מיר גיט נאָר מיין יוגענד,
מיין יוגענד צוריק!

אך, גיט מיר צוריק
די גאָלדענע יאָהרען,
וואָס זענען פערגאַנגען
אויף אייביג פאַר מיר,
אך, עפנט מיר אויף
דעם טויער פון גלויבן,
פון קראַפט און פון האָפענונג
די גאָלדענע טיר!..

איהר קוקט אויף מיר, ברידער,
איהר זיפצט, איהר בעדויערט
מיין אָרימע לעבן,
מיין נאַרישע זין...
אך, אָרימע מענטשן,
אך, נאַרישע מענטשן,
איר ווייסט ניט,
פערשטעהט ניט,
ווי גליקליך איך בין!-
ווי גליקליך איך בין
ווען, פריי ווי אַן אָדלער,
צושפרייט זיינע פליגעל
מיין גייסט, און ער פליהט
אַהין, ווי עס שיינען
די אייביגע שטערן
וואו אייביגע יוגענד
דופטעט און בליהט,
וואו אונזערע פריידן
און אונזער ליידן
געפינען זיך ניט!...''

*אי= אויב געדענק איך גוט מיינט דאס 'צו'.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר