ענדלאזע וועגן, ציללאזע שטעגן,
שטיינער קריכן, ביימער ברעכן,
וואסערן שווימען, צו וואס צוקומען,
דאס לעבן צומישט, פארלוירן צו’חושט,
חברים משפחה, ביזנעס הצלחה,
שפירט א חלום, פילט א דמיון,
פשוט פאנטאזיע, א ביכל מעשה,
קיין מח, קיין געפיל, אלעס א שפיל,
אלול מיט שופר, האניג און כפרות,
תשליך מיט קיטל, פאסטן און סליחות,
כבן המתחטא, אבער ווי א עבד טאקע,
איך פאלג, ווייל מ’הייסט,
אבער טאטע, ווי איז מיין גייסט,
משכנו אחריך, הביאנו המלך,
נגילה ונשמחה, אפשר דאך...
אלול’דיגע מחשבות
דער אשכול פארמאגט 6 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן