צוויי הערצעלעך

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 398 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

צוויי הערצעלעך

שליחה דורך מי ימצא »

פארווארפן אין ווינקעלע
שטייט א זיבעלע,
זוכט די אויגן
אויף וועם קוקן.
קיינער איז נישטא
גיי פון דא.
א אינערליכע שטום
הערט זיך ווי א ברום,
גיי ארויס אין גאס
פריינדינעס כאפ.
ווייל אין הויז
איז דא בלויז,
טישן בענקלעך שאפעס
און א פארלוירענע מאמע.
אבער פארוואס
איז נישטא דאס,
וואס יעדע קינד
באקומט אויפן ווינק.
א שמייכעל א געלעכטער
וואס ברענגט א טעלער,
הייסע פרישע עסן
א מעשה אין די בעטן.

אפשר דאך
געבן א האף,
אז זי וועט קוקן
אין אויגן אריין בליקן,
א געפיל א אמתע
נישט א טרוקענע.
זי וועט מיר האלזן
שטארק אנכאפן,
אירע לויזע הענט
וועט נעמען א עק.
זי וועט
אבער עכט,
זיך אויפוועקן
און נישט אנטלויפן,
ווען אינדרויסן,
הערן זיך סירענעס
און כאפן אטאקעס.
איך ווער דערשראקן
א פאניק דיך אנגעטראפן.
מאמע איך ווייס
דו הערסט מיר,
אבער איך פיל נישט
ווי דו ביסט מיט מיך.

קינד טייערע מיין
איך וויל מיט דיר זיין,
אוודאי צוזאמען רעדן
און נאכמער אויסהערן.
וואס דיין נפש באהאלט
דיין מח טראכט,
אפשר אפילו קאכן
דיר אויסלערנען באקן.
שפילן א געים,
אדער גאר א רעיס.
אבער דאן
ווען איך פלאן,
דיר א קוש געבן
הענטעלעך ארום נעמען,
מיר באפאלט
א שוואכקייט,
אנידער איך פאל
אין די געפיהלן ים.
מיין מח געבונדען
פארפלאנטערט אינגאנצען,
איך זעה נישט
איך הער נישט,
איך פיל שוין נישט
א שטיקעדיגע שווייגעניש.
איך וויל וויינען
איך וויל שרייען,
די מחשבות רוישען
די הארץ טוט באמבערען.
איך אטעם שנעל
דו לויפסט אוועק,
איך וויל דיר רופן
צו מיר קומען,
סוועט נאך זיין
גוטע צייטן.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר