ישיבות, תערובות.

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

ישיבות, תערובות.

שליחה דורך היכי דמי »

א ישיבה פאר מציונים
נאר פאר זיי געגרינדעט
נאר די בעסטע בנים
ווער האט דאס ערפינדעט

טרערן אויף מיין געזיכט
רינט און רינט
אלס א טאטע מיין פליכט
טוהן פאר מיין קינד

אבער בורא וויאזוי
קענען מענטשן דיינע
מיר אפשטעלן אזוי
פון די ארבעט מיינע

איך וויל איין זאך נאר
דיר זיין מהנה
אין אזא שווערע דור
זענען מיר נאך אלס דיינע

איי, ישיבות ישיבות
מחנך בחורים
אוועק פון תערובות
און פון אלע איסורים

אבער באשעפער פארוואס
צו דען הייסט דאס תערובות
ווען אלע בחורים ווי דאס
געפונען זיך אין ישיבות


באשעפער אונזער טאטען
דאס זענען דיינע שאף
די גאס קען זיי דאך שאטן
וועקט ענק אויף פון שלאף

מען וויינט דאך אזויפיל
אויף געפאלענע קרבנות
וויפיל איז די גבול
האב אויף אונז רחמנות

ראשי ישיבות מיט שלעכטס
מיט זייער רויטע פינגער
ווייזן לינקס צו רעכטס
פאר נשמות יונגער

מען ווארפט זיי ווי מיסט
ארויס אויף די גאס
דערנאך שרייט מען דו ביזט
אויף אידישקייט פאהאסט


איי, ישיבות ישיבות
מחנך בחורים
אוועק פון תערובות
און פון אלע איסורים

אבער באשעפער פארוואס
צו דען הייסט דאס תערובות
ווען אלע בחורים ווי דאס
געפונען זיך אין ישיבות



גענוג איז גענוג
לאמיר זיך פארנעמען
הער אויף מיט די שטיק
טראכט אויך פון יענעם

א מציון ישיבה
ביי מיר א פסול
ווילאנג אין זיין סביבה
קען אריין ווער עס וויל

איי, ישיבות ישיבות
מחנך בחורים
אוועק פון תערובות
און פון אלע איסורים

אבער באשעפער פארוואס
צו דען הייסט דאס תערובות
ווען אלע בחורים ווי דאס
געפונען זיך אין ישיבות
רעאגיר