מיין חבר, דער אלצווייסער

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1978 מאל

מיין חבר, דער אלצווייסער

שליחה דורך תוהו ובוהו »

איין זאך האט יעדער אין שטאב
ווי א הויקער און א ווייב
דער חבר אן קיין דזשאב
וואס האט א-ל-ע-ס ארויס אן קיין דאַבּט

געווענליך א שטיקל לץ
רייכערט נאר רעד'ס
דאוונט ביים נץ
און שעלט צאם געטץ

*****

ביידען איז אן אלטער קאקער
יוסי געשטעטנער, א קנאקער
שמעון זאל ווערן א פּאקער
הילערי? אריין אין לאקער

מ'קען נישט גלייבן די מידיע קאנאלן
קאנטראלירט ביי די לינקע וואנדאלן
כ'קען נישט קיין פינקטליכע דעטאלן
אבער, גלייב מיר, זיי האבן גע'גנב'עט די וואלן

אונזער טראמפ, פון אחינו לדעה
איז באמת פרעזידענט, גלוי כלפי שמיא
ס'אפשר נישט ממש קיין ראיה
אבער טורנהיים איז א תנא דמסייע

מ'טאר נישט וואטן דעמאקראטן!
ווילסט באקומען א צווייטן טאטן?
פאר'ן חינוך גייט עס שאטן
פראגראמען? וויפיל מ'קען רייטן

כ'ווייס נישט גארנישט וועגן פּעלושען
ס'ווערט נישט דערמאנט אין דער קאנסטיטושען
געב אבער א קוק ווער ס'טוט עס פּוש'ן
די גרועים שבכל אומה ולשון

פוטין איז אן אכזר טמא
צום שטן פארקויפט זיין נשמה
כ'שטעל מיך פאר מסתמא
אוקראינע געווינט די מלחמה

קריפטו האלט פאר א קראך
ריעל עסטעיט איז די זאך
נאר אזוי ווערט מען רייך
קוק נאר אן אברומי בראך

רבנים ווייסן נישט וואס טוט זיך
ר' שמואל ניימאן שטיץ איך
דעם עירוב געהעריג נוץ איך
אין פלארידע אפזיץ איך

נישט זיין ארויסגערעדט
די בתי דינים א געשפּעט
נאר דער וואס טיפּ'ט פעט
א רחמנות אויף דעם פּאנעט

כ'זאג דיר, קרישעווסקי איז קלין
וואלדער, וואס ער האט אלץ אפגעטון
בערלאנד איז סתם א מין
ער איז דאך זיין טאטנ'ס א זון

ר' זלמן לייב האט אן איידעלן שניט
אבער ער איז פול אוו שיט
ר' אהרן איז א באנדיט
למעשה רעדט ער אבער גוט

ר' שאול איז א גאון אדיר
נישטא אזאנס אויפ'ן גאנצן כדור
כ'קען מיך וועטן ביי דיר
גער איז ער פיין מסדר

זילבערבערג האדעוועט ווילדע חיות
ר' מיילעך מאכט נישט זיינע פיאות
דער מלאך איז פיינע נייעס
כ'הער אים צוזאמען מיט די בני-בית

פינטו, א גרויסער בעל מופת
אלע מחשבות איז ער תופס
די שמועה אינעם הויף איז
אז ער קען שיחת חיות ועופות

לב טהור, עקסטרעם! האסטו געזען אזאנס?
קארלין? סופפארט שוין באלד טראנס!
וואו! וואס איז דער שאנס?
מיין חסידות, דער פערפעקט באלאנס

די מאמענט, די ערשטע אין שורה
דער שטערן איז גאנץ כשורה
די מעלות איז א שמירה
דער וועקער איז סתם כפירה

די בארד חלילה געב נישט קיין ריר
ס'איז פון די דברים שאין להם שיעור
בכלל, טיפע סודות ליגן אין איר
רביה"ק האט עס איינגעוויקלט אין פאפיר

חלות, נאר פון זויערע טייג
ביים גיסן וויין געב עס א בייג
אייער, נאר ארויס פון שטייג
ס'איז געזונטער ווי גרינצייג

א חתונה, חלילה נישט אפשטופּ עס
לאנגע נעגל איז גרויסע קליפות
עין הרע קען אפי' ברענגען טיפּוס
א קנאבל, כאטש אין בארד קניפּ עס

העי, מ'טאר נישט עסן קיין אפר!
דאס איז דאך דער חטא פון צלפחד בן חפר
כ'זאג דען אייגנס? ס'שטייט אין א ספר!
געדרוקט לעצטנס דורך איינעם לייפער

טעכנאלאגיע קומט פונעם שד
ליסטען, כ'ווייס וואס איך רעד
כ'בין אן ערשטהאנטיגער עד
מיין שכן איז אפגעפארן פון אן אייפּעד

אונזער מצב איז גאר שמאל
מאסטער וויל פובליק סקול
מיימאנעדיס איז קיין שפיטאל
קאניע וועסט, א שונא ישראל

מ'קען נישט זיין קיין איד אן קיין שיעור
קיין חסיד - אן קיין ביר
קיין חרדי - אן קיין טוילעט פאפיר
און קיין פרוי - אן קיין געשיר

*****

אבידה מדעת אינה אבידה
ברוך החונן לאדם מידע
ווי זאגט נאר מיין זיידע?
"תכלית האי-ידיעה שנדע"

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר