באשעפער באווייז זיך צו מיר

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8396 מאל

באשעפער באווייז זיך צו מיר

שליחה דורך שמן למאור »

אוי גאטעניו לאמיר זיך אויסשמועסן,
מיין הארץ מיט געפילן טוט איבערפליסן,

אוי באשעפער פארוואס פארווען פארוואו,
ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא,

מיין תנ"ך פול מיט נסים גלויים,
צען מכות געשטראפט די מצרים.

די אידן מיט די פינגער געוויזן ביים ים,
זה קלי מיט די אייגענע אויגן געזען צוזאם.

אז זיי האבן אליין ביים בארג געזען גאט,
אודאי קומט א נעשה ונשמע אויף יעדע געבאט.

אליהו הנביא א פייער פון הימל געבראכט,
די נביאי הבעל האט מען אויסגעלאכט.

צען ניסים אין די בית המקדש אלע טעג,
ווי קען מען בכלל פארקריכן פונעם ריכטיגן וועג.

שפעטער אין דער גלות דעם הייליגן בעל שם טוב,
מופתים גלוים להטות לבבינו אליו.

מיט אלעקסיי איבער פעלדער געפלויגן,
מען האט געזען די באשעפער מיט די אייגענע אויגן.

היינט אין די פינסטערע אמעריקע איך שטיי,
אפיקורסים פון אלע זייטן וואו איך גיב מיך א דריי.

יעדער כופר תנו לנו מופת ער שרייט,
אז ער עקזעסטירט זאל ער זיך באווייזן שיינערהייט.

דו גלייבסט אין די אלע מעשיות שפעטן זיי,
פארוואס קען ער זיך נישט היינט באווייזן פונדאסניי.

זאל איינער יעצט פון א שטעקן מאכן א שלאנג,
וועלן מיר אלע גלייך לויפן צו גאט מיט געזאנג.

אלע רעליגיעס מיט א זיכערן ניגון,
נאר ביי זיי די אמת טוט ליגן.

קום נאר אראפ ניטאמאל פאר אפאר טעג,
און קלאר אונז אויס וואס איז די ריכטיגע וועג.

די טענה אז עס וועט שאדן פאר די בחירה,
איז גארנישט מער ווי א חוכא ואיטלולא.

פארוואס איז אויף דעם נישט געווען קיין חשדות אמאל,
די ניסים גארנישט אפעקטירט די נסיונות אין צאל.

א פסל מיכה דארטן ביים שפאלט,
אן עגל פון גאלד נאכן מעמד הר סיני באלד.

צו שלמה המלך זיך באוויזן נישט איינמאל נאר צוויי,
און דאך צו ע"ז האט ער זיך געגעבן א דריי.

אין די סאמע ברען פון די בעל שם'סקע מופתים,
זיך געגרינדערט רעפארם, השכלה, מיט ציוניזם.

קענסט היינט אראפקומען און זיך באווייזן,
עס וועט נאכאלץ איבערבלייבן א מקום צו גרייזן.

דאך אסאך קלארקייט וועט עס צוגעבן,
אוי טאטע איך טו יעדן טאג אויף דעם שטרעבן.

אוי גאטעניו ביטע באווייז זיך שוין צו מיר,
איך וויל קענען ריכטיג גלויבן אין דיר.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר