וואס איז פאעזיע?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

וואס איז פאעזיע?

שליחה דורך נח געציל »

וואס דעפינירט פאעזיע? איז יעדע זאך וואס איז געשריבן מיט קונץ פאעזיע? איז גראמען ריכטיג פאעזיע, אדער א פרשה פאר זיך?

לאמיך פרובירן בעסער צו פארשטיין געבן מיין פראגע. ווי איך פארשטיי איז מגילת אסתר א מעשה, און שיר השירים איז פאעזיע. וואס איז משלי? די תורה איז אממערסטנס נישט פאעזיע, אבער משה רבינו אין האזינו, צו רעדט ער אין פאעזיע? להבדיל בלעם הרשע'ס ברכות, איז דאס פאעזיע? ווען מנחם מענדל שרייבט א מעשה איז עס א מעשה, אבער אין דער אנהויב ווען ער רעדט פון די בלויע הימלען און געלע בלעטער, איז דאס פאעזיע?

לויט ווי איך מיין אז איך פארשטיי טראכט איך אז איכה, די קינות, און פיוטים אין יוצר, דארפן זיין פאעזיע. וואס טוט זיך מיט תהילים? איך מיין אז אויך, ניין?

איך וועל עס אראפברענגען נענטער. אין דעם (הערליכן) בלאג (וואס איך האב בדרך אגב אפגעליינט אין איין טאג, אויב דער בלאגער דרייט זיך, נעם צענדליגער קלאפעס אין די פלייצע און הונדערט מאל ייש"כ), זע איך דאס וואס איז זיכער פאעזיע, דאס אויך, אבער פון אן אנדערן סארט, וואס טוט זיך מיט דעם, איז דאך אויך פאעזיע? נאנט צו פאעזיע? אן ארטיקל מיט פאעזישע שטריכן?

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר