כִּי יִמָּצֵא חָלָל...

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1978 מאל

כִּי יִמָּצֵא חָלָל...

שליחה דורך תוהו ובוהו »

די אויגן דורכגעווייקט
דאס הארץ א שטיק בלוט

א יונג ביימל אוועקגעלייגט
אזא ביטערער אפשניט

צעשאסענע משפחה
און ארומיגע פריינט

א ניי-געבארן עופ'לע
קוים אויפגעשיינט

---

שטייט א הויכער בניין
קאלט, פון צעמענט

א קנין נאך א קנין
צווישן אירע ווענט

א נשמה גייט לטמיון
אזוי טראגיש אנגעווענדט

ניטאמאל קיין מנין
ביים שרעקליכן מאמענט

פאר'ן חומר הענין
אן אנטבלויזטע מאנומענט

---

וויפיל אומגעהויערע פיין
טרערן, שווייס און בלוט

וויפיל דארף מען דורכגיין
צו נעמען אזא שריט

א פיינפולע נשמה
אינגאנצן אויסגעלייטערט

זיכער טרעפן א נחמה
גן-עדן אויסגעברייטערט

---

לאמיר זיך נעמען צו פראבלעמען
מיט פארשטענדעניש געוואויגן

מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן

העלפן יענעם אין זיין דורכגאנג
אנערקענען זיין שווערן דראנג

נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן

-----

כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה ... נֹפֵל בַּשָּׂדֶה, לֹא נוֹדַע מָּה הִכָּהוּ. וְיָצְאוּ זְקֵנֶיךָ וְשֹׁפְטֶיךָ ... וְכֹל זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא הַקְּרֹבִים אֶל הֶחָלָל ... וְעָנוּ וְאָמְרוּ יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה וְעֵינֵינוּ לֹא רָאוּ.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר