ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

הודעהדורך כוכב » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:00 pm

מיט כבוד און עהרע טוען מיר אייך באגריסן מיט א הארציגן ברוכים הבאים צום '' שושנים'' פאעזיע פארמעסט, לכבוד חנוכה תשע"ה.

דער נאמען "שושנים" איז דערוועלט געווארן באזירט אויפ'ן נוסח פונעם פייטן: ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים. א שיינע לאגא וועט נאכפאלגן מעשה ידיו להתפאר פון אונזער אלעמען בארימטן גראפיסט רויטע וואנצעס.

ווי אלע ווייסן איז אויסגעוועלט געווארן א פארמעסט איבער א קאמפיין מיט אן איבערוויגנדער מערהייט. דערפאר האבן מיר יעצט דעם פארגעניגן פארצושטעלן די שטאטוטן פונעם פארמעסט:

א - עס קען געשריבן ווערן פאעזיעס איבער סיי וואס פאר א טעמע אין סיי וועלכער שפראך, און סיי וועלכע פאעזיע פארמאט, מיט גראמען אדער אן וכו'.

ב - דער פארמעסט וועט אנגיין במשך די ימי חנוכה פונעם ערשטן ליכטל. אויב וועט זיין א פארלאנג, וועט זיך דער פארמעסט אנהויבן פון כ''א כסלו וואס ווי באקאנט קומט שוין דאן אראפ די אורות פון להודות ולהלל. אום זאת חנוכה וועט פארקומען וואלן צווישן די פאעזיעס אויסצואוועלן א געווינער.

ג - עס מעג אריינגעגעבן ווערן מער ווי איין פאעזיע וכל המרבה הרי זה משובח. ווען איך שיקט אריין א פאעזיע ביטע מאכט זיכער צו געבן א קעפל פאר דער פאעזיע.

ד - צו פארזיכערן די אויסגעהאלטנקייט פון דעם פארמעסט וועלן אלע פאעזיעס ארויסגעשטעלט ווערן אנאנים אונטער דעם כוכב ניק, און הערשט נאך די וואלן וועלן זיי אריבערגעפירט ווערן אונטער דעם נאמען פונעם אריגינעלער פארפאסער אינאיינעם מיט אלע לייקס. יעדע פאעזיע וועט ערשיינען אין א באזונדערע אשכול מיט א שושנים נומער.

ה - מיר בעטן די מחברים זאלן האלטן זייערע ווערק בסוד. עס איז אבער יא ערלויבט צו שפעקולירן ווער איז דער מחבר פון איטליכער פאעזיע.

ו - אריינצושיקן א פאעזיע ביטע שיקט אן אימעיל צו shternks@gmail.com. די פאעזיעס וועלן ערשיינען לויטן סדר וואס זיי וועלן אריינקומען ראשון ראשון ואחרון אחרון. ביטע נישט ארויסשטעלן אייער פאעזיע אויף דער אייגענער האנט. די פארוואלטונג טוט זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע מחברים וואס האבן שוין אריינגעגעבן זייערע פאעזיעס ויפה שעה אחת קודם.

ו - דער זמן האחרון אריינצושיקן א פאעזיע איז די זיבעטע טאג חנוכה.

ז - יעדע ניק האט א זכות צו שטימען. עס איז זעלבסט פארשטענדליך נישט צו סאבאטאזשירן די וואלן און די וואס האבן מערערע ניקים ווערן געבעטן בכל לשון של בקשה נאר צו שטימען מיט איין ניק. אן אויסנאם ווערט געמאכט פאר די וואס גיבן אריין פאעזיעס אונטער מער ווי איין ניק, קריגן זיי א זכות צו שטימען לויט די צאל פאעזיעס.

ח - צום שלוס וועט אי''ה ערשיינען א הערליכע קונטרס פון אלע פאעזיעס דורך אונזער אלעמען באליבטן רויטע וואנצעס.

ט - מכאן הקריאה יוצאת, יעדער איז געלאדנט אנטיילצונעמען, שאצט נישט אונטער אייער כוחות הנפש, שארצט אייך ארויף די ארבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס קאאפעראציע.

י - עס וועלן זיין צוויי געווינער, אן ערשטער געווינער און א צווייטער געווינער.

זאלן מיר ארויסברענגען אונזערע געבענטשטע טאלאנטן מכח אל הפועל,
בכבוד רב,
כוכב
בשם די שושנים פארוואלטונג
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:49 am

:like :like
סאונט זייער צו די זאך און פראפעשאנעל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראשעקאל אום מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:56 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:04 am

יא.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2386 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:42 am

@כוכב זיי ביטע מרחיב וויאזוי מען וועט שטימען, דורך א לייק? קען מען שטימען אויף מער ווי איינס? וואס מיינט א וואוט אז איך.האב הנאה געהאט אדער אז דאס איז די בעסטע?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:32 pm

מוועט שטימען אזוי ווי מ'שטימט אויף אן אנקעטע.
די פראגע וועט זיין בערך ווי פאלגנד: וועלכע פאעזיע וואלט איר אויסגעוועלט אלס געווינער פון דעם פארמעסט? און נאכהער: וואס וואלט איר אויסגעוועלט אלס צווייט ראנגיגער געווינער פון דעם פארמעסט?
לייקס זאל מען געבן פאר יעדער פאעזיע מ'האט הנאה אדער /און מ'אידענטיפיצירט זיך מיט דעם מעסעזש פון דער פאעזיע. אפילו א פאעזיע וואס איז נישט די סאמע בעסטע קומט זיך אויך א לייק.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך פליקער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:59 pm

איים אWט!!

מיינע גריימען זענען מאקסימום אזוי

מיין נאמען איז ניסן
איך האב ציריסענע הויזן
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3648 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:21 pm

פליקער עס איז בכלל נישט שלעכט לייג צו נאך א זעקס שורות וועסטו אויך הנאה האבן דערפון
Anyway וואס האסטו געטוהן מיט דיין צעריסענע הויזן?
און BTW ביסטו א אייניקל פון דער עלטער זיידע ניסן וואס לעבט שוין נישט?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1511
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6767 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:52 pm

פליקער עס מוז נישט גראמען. פאעזיע קען זיין אנע גראמען אויכעט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18452 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:44 pm

"שושנים פאעזיע פארמעסט"
חנוכה תשע"ה...
בייגעלייגטע פיילס
jug 3.jpg
jug 3.jpg (61.27 KiB) געזען געווארן 5861 מאל
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9859 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9527 מאל

הודעהדורך בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:05 pm

הערליך שיין! אפשר לייג צו ''קאווע שטיבל'' ערגעץ אויפן וואזע
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:50 pm

די לאגא איז מעשה ידיו להתפאר פון רויטע וואנצעס, ווי איך לערן דאס אפ, האט עס רויזן ע"ש שושנים, אריינגעשטעקט אין א טעפל קאווע ע"ש אונזער שטיבל, עס פינקלען שטערן ע"ש אנוכי הקטן, און עס קומט באצירט מיט בלעטער, ע"ש קאווע בלעטער.
# בריליאנט
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:59 pm

די טרינקסט קאווע אין דעם?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4463 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2726 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:13 pm

כוכב די האסט ב"ה א פיין קעפל
איך גלייב דיין רבי האט עס דיר שוין געזאגט אין חדר
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1511
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6767 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:05 am

ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2386 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:12 am

א דאנק פאר די קאמפלימענטן. איין זאך נאר וואס איך וואונדער. פארוואס פאלט די רעזעלאשון אזוי שטארק ווען איך לייג עס ארויף דא. ביי ארומא האב איך געהאט די זעלבע פראבלעם. אין פדף קומט עס יא אריין שטארק, עיין ארומא בלעטער.

פישעלע זאגסט גוט. די סיבה פארוואס כ'האב נישט אריינגעדרייט קאווע און פאעזיע אינעם בילד איז ווייל צופיל מעסעזשס איז פארקערט פון די מטרה ביי א לאגא. דאס איז אבער יא ריכטיג, אז כ'האב אינזין געהאט כוכב מיט די שטערנס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9859 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9527 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:14 pm

די פאעזיע פארמעסט איז אין פולן גאלאפ, הערליכע פאעזיעס זענען שוין אריינגעקומען צו דער מערכת איינס שענער פונעם צווייטן. די ערשטע פאעזיע וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן היינט אויף דער נאכט עד שתכלה רגל מן השוק, מעשה ידיו להתפאר פון אן אנאנימער חבר.
גלייכצייטיג געבן מיר איבער אז ס'איז נאך פארבליבן אייניגע סלאטס אין דעם פארמעסט, און מיר בעטן די חשוב'ע חברים זאלן זיך צואיילן און אריינשיקן זייערע ווערק (אין אימעיל ביטע) ווי אמשנעלסטנס, כדי מיר זאלן קענען מסדר זיין דעם פארמעסט על צד היותר טוב.

יש"כ ותודה למפרע,

הק' כוכב
חופק"ק קאצק
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 7:18 pm

וויכטיגע באמערקונג:
עס איז טאקע ערלויבט געווארן צו שפעקולירן די פארפאסער פון די פאעזיעס אבער עס איז אויסדריקליך נישט דער פאקוס פונעם פארמעסט.
אויך בעטן מיר נישט צו ציען מסקנות נאר ליבערשט זאל דער פארמעסט בלייבן אנאנים און אביעקטיוו.
א דאנק.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 9:28 pm

זעה איך אז מען האלט שון ביי 4 חלקים ,די פאזיע ושמאזיע ,פישעלעס רעיטינג סיסטעם, די שפעקולציעס ווער איז דער מחבר און די פילפארביגע פירושים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5768
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2625 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:02 pm

נאכדעם וואס מענדיגט מיט די שירים דארף מען מאכען א קאנטעסט פון שרייבען מעשיות (שארט סטאריס), אמת אדער פיקציע. דאס איז נאכנישט געווען דא.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:10 pm

לול, דו ווייסט אפשר וואס פאר א כוחות עס נעמט אריין פירן אזא פארמעסט?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:18 pm

עס קומט זיך טאקע א הילכיגן טו פיר סיקס אכט פאר ידידינו כוכב'ל פארען אנפירן דאס פארמעסט אזוי געטריי און מיט הצלחה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5768
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2625 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:22 pm

אזא שטערן קומט אזוי נאנט צו די ערד נאר איינמאל אין 500 יאר!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9859 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9527 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:23 pm

כוכב האט געשריבן:לול, דו ווייסט אפשר וואס פאר א כוחות עס נעמט אריין פירן אזא פארמעסט?

כ'האב נישט געזאגט דו מוזט עס פירען :)
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 9:57 pm

מיט'ן שלוס פון חנוכה וועלן ארויסגעשטעלט ווערן די לעצטע פאעזיעס פונעם שושנים פארמעסט און פון דארט וועט מען זיך ריקן צו די צווייטע פאזע, נעמליך אריין אין די שטום בודקעס.
די פארמעסט איז נאך ווייט פון פאריבער און עטליכע גאר שיינע פאעזיעס וועלן ארויסגעשטעלט ווערן אין די קומענדיגע שעות.
צוליב די ארבעט פון דער מערכת צו רעדאגירן און צופאסן איטליכער פאעזיע איז די לעצטע זמן אריינצוגעבן א פאעזיע מארגן 3 אזייגער שארף.
מחברים וואס רעכענען נאך אריינצושיקן א פאעזיע זאלן ביטע מודיע זיין די מערכת מ'זאל קענען רעזערווירן א בכבודיגן סלאט פאר אלעמען.
דאנקע
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:02 pm

אנטשולדיגט, ק"ש איז נישט קיין פלאץ פאר עדווערטייזמענטס. ווילסט פראמאוטן דיין מערכת? פיין. אבער נישט דא.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3733 מאל

נעקסט

גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron