שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!

שליחה דורך שפתים ישק »


דער פינגער / ווי א זינגער

א דריי א קנייטש / אן אנדערער טייטש

א כאפ א נייער / תנא ושייר

א סברא הוידל בוידל / דריי דעם אגודל

שאקלט מימין לשמאל / ווארנט צו זיין וואויל

דעם בעל קורא נוצבאר / דער פוינטער די אצבע

ווען טרעפן מ'דארף / אביסל זיעת אף

אסאך גרינגער / ווען מ'נוצט דעם פינגער

ביים רבי'נס טיש / קלאר מ'זעט נישט

מיט'ן פינגער שטופ די גלעזער / העכער די נעזער

א גוי אפ'פטר'ן / זאל ער גיין פלאטערן

נוץ יענע פונדערמיט, ער'ט כאפן אין א מינוט

די אוזניים אויספוצן / נוץ די קמיצה

די אגודל נאך א נוצן / פאר די וואס מאכן נאך אויף עס מציצה

מ'וויל איינעם שוין דא האבן / מיטן אצבע אויף ארויפוועגס גראבן

טאמבס אפ איים גוד / האסט מיך געמאכט א גוד מוד

אצבע על אגודל ושאר אצבעות כלפי מעלה / פשיהא עמעיזינג מיט יעדע מעלה

א דריי מיט'ן פינגער צום מח ארויף / זיי וויסן ס'פעלט דיך א שרויף

צוויי פינגער ווי א ווי / א סימן אויף וויקטארי

די אצבע מיט די קמיצה / אונטער'ן טיטשער'ס רוקן בדיצה

דער כהן / שפרענגט אויפ'ן בוהן

ווען ער בענטשט די אידן / א גראבע ווי פאר פרידן.

אצבע אלקים היא / זה קלי ואנוהו

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר