סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

אלעס איבער האנדל וואנדל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך מיינונגזאגער » מאנטאג יוני 15, 2020 4:11 pm

מהיכי תיתי האט געשריבן:אויפן נידעריגסטען פונקט היינט, פינף מינוט נאכן אויפשפארען די מארקעט איז די דאו דזשאונס געווען 735 פוינטס נידעריגער פונעם נעכטיגן שליסונג.

ווידעראום, 2:20 נאכמיטאג איז עס געווען 260 פוינטס מער ווי די נעכטיגע שליסונג און קרוב צו טויזנט פוינטס העכער 9:35.

הדא הוא דכתיב, אן אומסטאבילער מארקעט. אבער אונזער אומסטאבילער פרעזידענט for some reason איז מצליח so far אז די מארקעט זאל נישט קראכן. וזה עיקר כוונתו.
בינו לבינו קען מען מאכען א לעבן אויף די רייד.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 15, 2020 11:35 pm

היינט איז געווען א פיינע טאג, ב"ה.

איך האב געהאט געקויפט פרייטאג טעסלא יולי 2, 975 קאללס.......
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג יוני 16, 2020 1:03 am

פאליטיקאנט האט געשריבן:היינט איז געווען א פיינע טאג, ב"ה.

איך האב געהאט געקויפט פרייטאג טעסלא יולי 2, 975 קאללס.......
קעש שנעל ארויס ווייל דער גייט אזוי אראפגיין.
איך פלאן מארגן אריינצולייגן אפאר אלפים אין puts ביי טסלא.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2841 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג יוני 16, 2020 1:15 am

קל וחומר האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:היינט איז געווען א פיינע טאג, ב"ה.

איך האב געהאט געקויפט פרייטאג טעסלא יולי 2, 975 קאללס.......
קעש שנעל ארויס ווייל דער גייט אזוי אראפגיין.
איך פלאן מארגן אריינצולייגן אפאר אלפים אין puts ביי טסלא.
אויף וואס בעיסטו דעס?
די סיבה וואס איך בין אריין איז ווייל אנהייב נעקסטע וואך דארפן זיי ארויסצוקומען מיט אן פרישע אנאנסירונג איבער געוויסע פרישע בעטערי טעכנאָלאָגיע.....
סתם אזוי איך האב נישט קיין פראבלעם אויב עס פאלט צוריק ווייל איך האב נאך מער ווי צוויי וואכן ביז עקספיירעישן. (דאס איז חוץ וואס איך בין ארויס פון האלב פון מיינע קאלס לויט מיין ריזיקע מענעדשמענט פלאן און די איבעריגע האלט איך פאר גרויסע רווחים מיט א ברייטע טרעילינג סטאפ לאסס)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג יוני 16, 2020 1:16 am

@קל וחומר סתם אלס נייגעריקייט וועלכע ספעציפישע puts פלאנט איר צו קויפן?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך מיינונגזאגער » דינסטאג יוני 16, 2020 2:12 am

פאליטיקאנט האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:היינט איז געווען א פיינע טאג, ב"ה.

איך האב געהאט געקויפט פרייטאג טעסלא יולי 2, 975 קאללס.......
קעש שנעל ארויס ווייל דער גייט אזוי אראפגיין.
איך פלאן מארגן אריינצולייגן אפאר אלפים אין puts ביי טסלא.
אויף וואס בעיסטו דעס?
די סיבה וואס איך בין אריין איז ווייל אנהייב נעקסטע וואך דארפן זיי ארויסצוקומען מיט אן פרישע אנאנסירונג איבער געוויסע פרישע בעטערי טעכנאָלאָגיע.....
סתם אזוי איך האב נישט קיין פראבלעם אויב עס פאלט צוריק ווייל איך האב נאך מער ווי צוויי וואכן ביז עקספיירעישן. (דאס איז חוץ וואס איך בין ארויס פון האלב פון מיינע קאלס לויט מיין ריזיקע מענעדשמענט פלאן און די איבעריגע האלט איך פאר גרויסע רווחים מיט א ברייטע טרעילינג סטאפ לאסס)
זייער א גוטער סטראטעגיע. אבער זיי אזוי גוט קאווער puts אדער העדזש די בעט, אז טאמער גייט ער טאקע אנטקעגן דיר זאלסטו נישט דארפן נעמען די גאנצע היט נאר אפי קענען נעמען עטוואס רווחים (טאקע נישט ווי געפלאנט אבער עכ״פ מינימייז די ריסק אביסעל בעסער) ספעציעל אז טעסלא זעהט מיר אויס עטוואס אווערבאוטה overbought און עס גייט בקרוב מאכען אן עדששאסטמענט.
די געז פרייזן זענען גאנץ נידעריג און די נידיריגער שטאפעל זעהט אויס אנצוהאלטן פאר א וויילע ואסנאיז נישט די בעסטע טובה פאר א טעסלא ראלי.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג יוני 16, 2020 2:18 am

מיין סטראטעגיע איז אז איך גיי אלס אריין מיט אפאר אפשענס אויפאמאל, און נאך א געוויסע [פון פאראויס באשטימטע] פראצענט רווח (געווענליך 50-80%) קעש איך ארויס מינימום האלב און איך לאז די איבעריגע לויפן מיט א בערל 20% טרעילינג סטאפ לאסס.

דאס האב איך פערזענליך דעוועלאפט נאך אפאר יאר, און עס ארבעט די בעסטע פאר מיר (איך האב עס אנגעהויבן טוען נאכן זען אז אסאך מאל האט די אפשען ארויף פיל-פאכיג נאכן ארויסגיין פונעם טרעיד)


נ.ב. דאס איז נאר ווען איך שפיל מיך מיט נאנטע עקספיירעישן דעיטס און ווען עס איז אין די מאני.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך מיינונגזאגער » דינסטאג יוני 16, 2020 5:27 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:מיין סטראטעגיע איז אז איך גיי אלס אריין מיט אפאר אפשענס אויפאמאל, און נאך א געוויסע [פון פאראויס באשטימטע] פראצענט רווח (געווענליך 50-80%) קעש איך ארויס מינימום האלב און איך לאז די איבעריגע לויפן מיט א בערל 20% טרעילינג סטאפ לאסס.

דאס האב איך פערזענליך דעוועלאפט נאך אפאר יאר, און עס ארבעט די בעסטע פאר מיר (איך האב עס אנגעהויבן טוען נאכן זען אז אסאך מאל האט די אפשען ארויף פיל-פאכיג נאכן ארויסגיין פונעם טרעיד)


נ.ב. דאס איז נאר ווען איך שפיל מיך מיט נאנטע עקספיירעישן דעיטס און ווען עס איז אין די מאני.
דאס מאכט פערפעקטלי סענס


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג מערץ 08, 2021 10:22 pm

די לעצטע צוויי וואכן האט אסאך פאסירט אין די סטאק / באָנד מארקעט.
פחד פון אינפלאציע האט ארויפגעשטיפט באנד ראטעס און דאס צוזאמען מיט די ערעפענונג פונעם עקאנאמיע האט אנגעמאכט א שטארקע פארריכטונג (correction) און Growth stocks בעיקר טעכנאלאגישע (Tech).

ביז יעצט היות עס איז נישט געווען קיין באָנד מארקעט איז די איינציגסטע פלאץ צו אינוועסטירן געלט געווען די סטאק מארקעט און דאס האט אביסל בארעכטיגט העכערע Valuations יעצט אבער אז באנדס זענען ארויף איז שוין דא א פארזיכערטע פלאץ צו אינוועסטירן און מאכן עפעס געלט (עכ"פ גענוג אויף נישט צו פארלירן פון אינפלאציע) און דערצו עפענט זיך די עקאנאמיע אויף וואס בענעפיטירן מער די פשוט'ע "וועליו" סטאקס, ממילא קומט פאר א "ראטאציע" און געלט פליסט ארויס פון Growth אוו אריין אין Value.
דאס איז איינס פון די שכל'דיגע סיבות.

לדעתי איז דא אסאך Growth stocks וואס זענען געפאלן צי שטארק און עס איז א גוטע צייט צו אינוועסטירן דערין. אויך די SPACs מארקעט האט שטארק געטראסקעט און עס זענען דא מערערע גוטע מענעדשמענט ספעקס, אדער ספעקס וועלכע האבן שוין אנאנסירט א קאמבינאציע מיט (גוטע) קאמפאניס וועלכע טרעידן יעצט אונטער זייער Asset Valueַ דאס מיינט אז איר קענט אינוועסטירן אין א סטאק אן קיין שום ריזיקע אויף אראפ און אומבאגרעניצטע פאטענציאל אויף ארויף!!!!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג מערץ 08, 2021 10:46 pm

אזויווי מ'האט מיט זעקס וואכן צוריק דאס געקענט פאראויס זעהן, פונקט אזוי קען מען אצינד פאראויס זעהן וואס ס'גייט פאסירן אין די נעקסטע זעקס וואכן.

ס'איז צייט אויפצושטיין און אנערקענען אז מ'ווייסט נישט וואס ס'גייט פאסירן און טוהן וואס איז בעסט אין פעלער וואס מ'ווייסט נישט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2522
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2020 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1580 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג מערץ 08, 2021 11:40 pm

הונדערט פראצענט, איך רעד נישט פון אריינלייגן צו מאכן רווחים שנעל, איך רעד פון אינוועסטירן אין גוטע ביזנעסער וואס איבער די צייט האט עס גאר גרויסע אויסזיכטן צו שטייגן.

יעצט איז עס פשוט געפאלן שטארק איז עס זיכער מער אטראקטיוו ווי אפאר וואכן צוריק. עס קען פאַלן נאך מער? אוואדי! גייט עס פאלן? קיינער ווייסט נישט. לוינט זיך אריינצולייגן? לדעתי יא, אבער אויב וואלט איר געקענט ביישטיין אריינצולייגן אין א סטאק אפאר וואכן צוריק, איז יעצט זיכער די צייט.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

הודעהדורך עמינדב » מאנטאג מערץ 08, 2021 11:41 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:איר קענט אינוועסטירן אין א סטאק אן קיין שום ריזיקע אויף אראפ און אומבאגרעניצטע פאטענציאל אויף ארויף!!!!

מער ספעציפיש?
עמינדב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך החוקר » דינסטאג מערץ 09, 2021 12:01 am

וואס זאגן אונזערע מבינים אויף EV סטאקס? וועלכע זענען לכאורה די שטערקסטע און/אדער מערסטע פאטענציאל?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 930
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 717 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג מערץ 09, 2021 12:18 am

אין קורצן:
עס זענען דא עטליכע וועגן וויאזוי א ביזנעס קען גיין 'פאבליק' די מערסט באקאנט איז IPO - Initial public offering וואס ארבעט געווענליך אז א באנק דארף אונטערנעמען אחריות און די ביזנעס טוט 'רעיזן' פרישע קאפיטאל דורכ'ן ארויסגעבן סטאק.
נאך א וועג איז Direct offering וואס איז פשוט אז די ביזנעס אייגענטומער פארקויפן זייער אייגענע שעירס אן אויפטרייבן פרישע געלטער (די ביזנעס שפארט זיך די גרויסע קאסטן פון די באנק).

לעצטנס איז שטארק פאפולער געווארן SPACs - Special purpose acquisition company אין פריערדיגע יארן מער באקאנט אלס Blank check קאמפאניס. די מהלך איז אזוי, א טיעם פון ביזנעסלייט ליסטן אויפ'ן סטאק מארקעט א רענדאם ticker לאמיר זאגן ABCD און טרייבן אויף לאמיר זאגן 20 מיליאן שעירס פאר $10 א שעיר (געווענליך איז עס $10) = 200 מיליאן דאלער, זיי נעמען די געלט און לייגן עס אריין אין א באנק קאנטע וואס פארדינט אביסל אינטערעסט אויף ביזדערווייל, יעצט האבן זיי צוויי יאר זיך ארויסצולאזן זוכן א ביזנעס 'אפצוקויפן' / צונויפשמעלצן, זענען זיי געריבענער ביזנעסלייט גייט דורך אפאר חדשים און זיי טרעפן א ביזנעס וואס איז מסכים צו ווערן אפגעקויפט (עכ"פ א חלק דערפון), אין אונזער פאל א אינשורענס קאמפאני גערופן Insure now, דאן אנאנסירן זיי עס פאר די פאבליק און מ'באשטימט א דאטום ווען די שעירהאלדערס קענען וואוטן אויב זיי ווילן דורכגיין מיטן אפקויף צו נישט (די אווערעדש איז 3½ חדשים), אויב גייט עס דורך טוישט זיך די ticker פון ABCD צו די נייע קאמפאני אין אונזער פאל INOW און היידא די ביזנעס איז אויפן מארקעט.

יעצט דא קומט די עיקר; נישט קיין חילוק וואס דו וואוטסט און וויאזוי די וואוטן גייט דורך האסטו די רעכט ארויסצוקעשן דיינע שעירס צו די אריגינאלע $10 + די ביסל אינטערעסט וואס עס האט פארדינט אינצווישן פאר די Merger! נמצא אויב די קויפסט א SPAC אינטער די $10 + אינטערעסט (רוב ספעקס פון אעביר א יער איז אין די געגנט פון $10.11) דאן אינוועסטירסטו אן קיין שום ריזיקע ביז די דאטום פון די שעירהאלדער וואוט!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

הודעהדורך עמינדב » דינסטאג מערץ 09, 2021 12:56 am

נישט קוקענדיג אויף די אינטרעסט פאר א רגע, הייסט עס דו לייגסט אריין $10 און עס איז פארזיכערט ביז וועלכע פוינט? ווען קען עס פאלן?
ווען קען עס ארויף גיין?
ווער בעקד א ספעק צו פארזיכערען עס איז נישט א גרופע פון גנבים?

און פארוואס זאגן זיי די געים איז אווער? https://www.bloomberg.com/opinion/artic ... ale-say-so
עמינדב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מערץ 09, 2021 6:18 am

Spacs are currently the most shorted funds from any group of funds.

בקיצור די גרויסע לייט האלטן אז עס א באבל וואס איז עלול יעדע רגע צו פלאצן, ווילסט נאכאלץ אננעמען פאליטיקאנט'ס עדווייס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5893
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2712 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג מערץ 09, 2021 6:56 am

עמינדב האט געשריבן:נישט קוקענדיג אויף די אינטרעסט פאר א רגע, הייסט עס דו לייגסט אריין $10 און עס איז פארזיכערט ביז וועלכע פוינט? ווען קען עס פאלן?
ווען קען עס ארויף גיין?
ווער בעקד א ספעק צו פארזיכערען עס איז נישט א גרופע פון גנבים?

און פארוואס זאגן זיי די געים איז אווער? https://www.bloomberg.com/opinion/artic ... ale-say-so


-עס קען טעכניש פאלן נידריגער פון $10 אבער ביז די merger date איז עס פארזיכערט אין קעש און די קענסט עס רידימען (עס זענען אפי' דא פאנדס וואס טוען 'ארביטראזש' מיט'ן קויפן ספעקס אונטער זייער ווערט און ווארטן אויס ביזן merger vote עס צו איינקעשן, אדער ביז עס גייט צו העכער פון די קעש וועליו)

-די SEC עס איז א געהעריגע רעגולירטע זאך.

די לעצטע פאר חדשים איז געווען אורות אין די ספעק מארקעט, יעדע צווייטע ספעק האט זיך געדאפלט ווען די אנאונסמענט איז ארויסגעקומען, און רוב ספעקס האבן געטרעיד 20-50% העכער די Asset Value נאך פאר אנאנסירן! ווייל שפעקולירער האבן ארויפגעשטיפט די פרייז הויעך מיטן האפן אז די מענעדשמענט טיעם גייט אריינכאפן א גוטן פישל און די ספעק גייט ארויפשיסן (למשל DKNG און SKLZ זענען ביידע געווען ספעקס פאר $10 און זענען יעצט 300-500 פראצענט העכער, דאס ברענגט אז ווען די ספעק טיעם געבט ארויס נאך א ספעק טרעיד עס גלייך אסאך העכער).
אויך האבן פרישע ספעקס ארויפגעקומען יעדן טאג און אויפגעטרעטן אסטראנאמישע סכומים אזוי ווייט אז געוויסע האבן געזאגט אז די טראדיציאנאלע IPO פראצעס איז אויפן וועג ארויס.... אויף דעם ארויף זאגט בלומבערג אז די 'פארטי איז אווער'.

איך אויך האט געשריבן:Spacs are currently the most shorted funds from any group of funds.

בקיצור די גרויסע לייט האלטן אז עס א באבל וואס איז עלול יעדע רגע צו פלאצן, ווילסט נאכאלץ אננעמען פאליטיקאנט'ס עדווייס?


קודם כל די גרויסע לייט זענען נישט קובע עיין ערך טעסלא, צווייטנס והוא העיקר, די פאנדס שאָרטן ספעקס וואס טרעידן הויעך (אויף א פרעמיום) בלויז אויף שפעקולאציע אדער סתם, קיינער שאָרט נישט קיין ספעקס פון $10.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

הודעהדורך עמינדב » דינסטאג מערץ 09, 2021 8:34 pm

וואו טרעפט מען יעצטיגע ספעקס?
עמינדב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » מיטוואך מערץ 10, 2021 3:52 am

אזויווי מען טרעפט געהעריגע סטאקס - אויף אלע בראקערעדשעס.
גוגל ארום פאר ספעקס מיט גוטע פירערשאפט (און וואס זוכן א טארגעט אין א וואקסענדע סעקטאר) אבער קויף נישט פאר צופיל טייערער פון $10... געדענק דאס איז בלויז שפעקולאציע, פשוט מיט ווייניג צו גארנישט ריזיקע.(פאר א קורצע ליסטע קליקט דא)

וואס איך האב ליב צו טון און בפרט ווען די מארקעט איז וואלעטייל ווי אין די לעצטע צוויי וואכן, איז צו אינוועסטירן אין SPACS וואס האבן שוין אנאנסירט זייער טארגעט און איך וואלט געקענט ביישטיין צו אינוועסטן אין די טארגעט קאמפאני, צו אויפ'ן לאנגע טערמין, צו ווייל איך האלט עס איז 'אנדערוועליוד' און די מארקעט וועט זיך כאפן דערצו עווענטועל, עגעין די מעלה איז אז פאר עטליכע חדשים (ביז די merger) בין איך פארזיכערט מיטן געלט.
אויך מיין קעש [וואס ווארט צו ווערן אינוועסטירט] ליגט אין Pre announced ספעקס געקויפט פאר אונטער די ווערט (איך קויף יוניטס וואס דאס איז שוין ווערט א באזונדערע תגובה).
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך מאי 12, 2021 11:50 am

באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2522
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2020 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1580 מאל

הודעהדורך מהיכי תיתי » פרייטאג מאי 14, 2021 3:55 pm

@פאליטיקאנט קום ביטע אריין מיט אייניגע דיבורים איבער די שטורעמישע וואך אינעם מארקעט.
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:29 pm

גארנישט ספעציעל צוצולייגן.

איר קענט פרעגן מער דעטאלירטע שאלות, און כ'על פרובירן געבן מיין דעה.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק ביזנעס וועלט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט