FTX-פאליטיק

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 742
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל

FTX-פאליטיק

שליחה דורך אלע צוזאמען »

פון 'בערני מעידאף' האסטו שוין געהערט, לכאורה יא, פון 'סעם בענקמאן פריד', פראבעבלי נישט, פון FTX, אויך נישט, פארוואס?

קיין גרויסע פארשטייער צו קריפטא וואלוטע בין איך נישט, אבער ווען א ריזן מולטי ביליאן דאלער'דיגע קאמפעני לייגט זיך צוזאם און גייט שלאפן אין אינטער א וואך, איז עס א נייעס וואס יעדער האלט מיט, די טריקענע רעפארט'ס איז געווען אז FTX א ריזן דיגיטאלי וואלוטע קאמפעני, וואס האט די לעצטע פאר חדשים אפגעקויפט קלענערע קאמפעני'ס איז געגאנגען באנקראט און די CEO פון די פירמע , די 30 יעריגע 'סעם בענקמאן פריד' איז אנטלאפן צו די 'באהאמעס אינדזל'ן עד יעבור זעם.

קשיא'ס האבן אנגעהויבן ארויף שווימען, וויאזוי האט די ביזנעס וועלט גע'טראסט א 30 יעריגע שנוק מיט ביליאן'ס אין אן אינדוסטריע וואס איז נאך זייער רוי, פארוואס פרובירט נישט די 'ביידען אדמיניסטראציע' אים ארויס צובאקומען פון די 'אינדזלן', אזוי ווי מ'פרובירט מיט יעדע קרימינאל, און די עיקר, ווי איז די מידיע, פארוואס פרעגן זיי נישט קיין קשיא'ס, פארוואס גראבן זיי נישט אין די שווינדל פון די יאר צענדליג, ווי איז די me too מאוומענט, א ביזנעסמאן האט פיזיקעל צוטון מיט 10 פון זיינע העכסטע ארבייטער'ס, און קיין מוק הערט מען נישט פון זיי, דאן האבן האלבע נייעס'לעך אנגעהויבן אריינקומען, און זאכן האבן אנגעהויבן מאכן סענס.

'בענקמען פריד' האט ביישטייערט $40 מיליאן פאר דעמאקראטישע סופער פעק'ס און נאך א $10 מיליאן פאר ביידען'ס קאמפיין, מאכענדיג אים פאר די דעמאקראטן'ס צווייט גרעסטע געלט שטיצער, איינס נאך 'סאראס', און צוגאב האט ער שוין גע'שנדר'ט נאך א ביליאן, יא מיט א ב, פאר עלעקשאן 2024, אקעי, נייע אינפארמאציע, 'סעם'ס טאטע איז נאר פערצופאל א פאליסי שרייבער פאר 'מאסעטשוטשעס סענאטאר עליזיבעט ווארען', דער דרייסיג יעריגער CEO האט געהאט א לאנטש מיט די פירער פון די SEC, וואס רעגולירט די אינדוסטריע, 'גערי גענסלער', בלויז עטליכע טעג איידער די באבל איז געגאנגען קראכן, 'גענסלער'ס געוועזענע באסס, אין די אינוועסטמינט בענקינג סעקטאר, שטעלט זיך ארויס צו זיין דער טאטע פון 'פריד'ס מיידל פרענד 'קעריליין עליסאן', וואס זי האט געפירט און געהאט א גרויסע ראלע אין די קאמפעני, פערצופאל.

ווען 'מייקל גריימ'ס געוועזענע 'קלינטאן' ווארטזאגער און היינטיגע אינוועסטירער, האט געמוטשעט דער וועלט'ס רייכסטער פערזאן, 'אילאן מאסק' צו אינוועסטירן אין FTX, האט ער משום איזה סיבה עטליכע מאל אריינגעווארפן אז 'פריד' איז א גרויסע געלט געבער פאר די דעמאקראטישע פארטיי, וואה פאני, ווי קומט עס אריין דא, וואס האט פאליטיק שייכות מיט אינוועסטירן, אבער יעצט לייגט זיך שוין אויפן שכל פארוואס די דעמאקראטן און זייער פראפעגאנדע ארעם, די מידיע, זוכט נישט צו רעדן פון די פרשה.
הדא הוא דכתיב, איין האנט וואשט דעם צווייטן.



אבער אלעס איז נאר קאנספריאציע טעאריע'ס.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר