סטאק מארקעט טראסק

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

סטאק מארקעט טראסק

שליחה דורך פאליטיקאנט »

רבותי גרייטס ענק אויף א רויט בלוטיגן טאג דעם מאנטאג.
די סטאק מארקעט האט זיך צוריק געהויבן אין די לעצטע פאר וואכן צו שטאפלן ממש פאר די קראך, הגם די עקאנאמיע ליידט נאך ווייטער און גארנישט פונדאמענטאליש האט זיך נישט געטוישט.

די סיבה דערצו איז נישט זיכער אבער עקספערטן זאגן אז עס קען זיין וועגן די עולם וויל נישט "דערלייגן" די רווחים וואס מ'קען מאכן ווען אזא טראסק געשעט, און די עולם האט זיך גענומען קויפן זיך ארויפכאפנדיג אויף יעדע קליינע גוטע נייעסל, און זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דאטא וואס וויזט אז די מצב איז גאר ביטער.
ווי אויך האט די פעדעראלע רעזערוו אין א פרעצעדענטלאזע שריט אונטערגענומען פארשידענע פראגראמען ווי קיינמאל בעפאר.

- קיינמאל אין די היסטאריע האט א טראסק געבויט אויף אזוינע שטארקע סיבות (דהיינו א פארמאכטע עקענאמיע) זיך צוריק געהויבן אזוי שנעל!

ביז דעם וואך פרייטאג.
פרייטאג איז ארויסגעקומען די ארבעטסלאזע ראטע און עס האט געשריגן די מציאות: 30 מיליאן ארבעטסלאזע! - די מארקעט האט זיך געגעבן א שאקל, אבער ווייט נישט גענוג.

טעקניקעל אנאליסעס ווייזט אז די דירעקציע פון די מארקעט מאנטאג, פאלגט נאך פון פרייטאג חוץ אויב עס איז דא א פרישע קאטאליסט (דהיינו נייעס ליב און למוטב).

און דא שטיי מיר:
א פאר שעה צוריק האט די לעגענדארע אינוועסטירער ווארען באפעט וועמענס ווארט האט גאר א שטארקע אימפאקט אויף יעדע אינוועסטירער געמאלדן אז זיין האלדינג קאמפאני האט פארקויפט אלע זייערע עירליין סטאק!!!
פאר א חודש צוריק האט ער געמאלדן אז ער האט פארקויפט $400 מיליאן דאלער ווערט פון עירליין סטאק, און אמעריקען און דעלטא האבן געפאלן 11 און 5 פראצענט, יעצט אבער רעדט מען פון זיין "גאנצע" זאפאס פון סטאק "איבער זעקס ביליאן דאלער"!!!!!!!!!

דאס וועט זיכער האבן א שטארקע אימפאקט אויפ'ן עירליין אינדוסטריע מאנטאג און די גאנצע מארקעט וועט ווערן נאכגעשלעפט.





-אויב ווילט איר אינוועסטירן יעצט דינסטאג / מיטוואך דאן גייט צוביסלעך און לאזט איבער קעש אויב די מארקעט פאלט ווייטער.בילדבילד

דער אשכול פארמאגט 100 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר