פארהערן שבת ביים טיש

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
בונה של טוב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

פארהערן שבת ביים טיש

שליחה דורך בונה של טוב »

איך האב יעצט אנגעטראפן דעם ווידאו און די נוסח פון פארהערן האט מיר ארויפגעברענגט אין זכרון די שבת סעודה אלס קינד ביי מיין טאט׳ן אין שטוב מ׳האט גרינטליך פארהערט יעדן פון די יומגלעך די משניות, גמרא און אפילו חומש רש״י האט מען נישט געקענט אפקומען גרינג
https://youtu.be/4eHBeAJCl8o

עס דערמאנט מיר וואס א נישט חרדישער קרוב אונזערער האלט אין איין באדויערן אויף דעם וואס מען גיבט נישט פאר אונזערע חסידישע קינדער די גילעגנהייט אויסצוניצן די יונגע יארן צו לערנען סייענס א.ד.ג. ער זאגט אלעמאל: שטעל זיך פאָר מיט די כשרונות וואס די קינדער האבן וואלטן אסך פון זיי געקענט אויסוואקסן אן איינשטיין! ווער וויייסט אויב די שליסל צו טרעפן א רפואה צו קענסער ליגט אין איינע פון די קינדער!

דרך אגב אז איר גיבט א קוק האט דאס ווידיאו נאנט צו צוויי מיליאן views, שטעל זיך פאר ווען א חסידיש קינד וואלט געקענט די שפראך & געוויזן זיין בקיאות אין סיי וועלכע נושא וויפיל התפעלות מענטשן וואלטן געכאפט (און מ׳וואלט נאך געמאכט געלט אויך דורך די יוטוב קליקס) פלאָס עס וואלט געווען א קידוש ה׳ און געוואלדיגע אינספיראציע פאר יעדן

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר