אונזער סיסטעם פון שידוכים

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן

הודעהדורך דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 05, 2021 2:41 pm

און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מאנטאג יולי 05, 2021 2:42 pm

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט..

וואס איז די עצה אז דאס זאל יא געלונגען?

רוב עלטערן זוכן יא א קאפל זאל זיך פארשטיין. בדרך כלל ווען צוויי מענטשן קומען פון זעלבן קרייז וועלן זיי זיך בעסער פארשטיין. די עלטערן זוכן ס'זאל שטימען וואס מער, און די איבריגע וועט נישט גיין אפי' אויב די קינדער וועלן זיך אליין זוכן...

סיי וועלכע אנדערע מהלך ברענגט נאר אן ערגערן שידוכים קריזיס און איבערלאזן מער בחורים און מיידלעך אומפארהייראט לעולמי עד. דוק ותשכח, אין די ליטווישע קרייזן זענען דא מער בעשויס און דעיטס, מער שידוכים פראבלעמען, מער גיטין און מער עגונה'ס אויך... וואס מער אפן און מאדערן, אלץ מער שידוכים און גיטין פראבלעמען און קריזיסן. דוק ותשכח.

כנלענ"ד, און מ'מעג זיך דינגן!! איך זוך נישט צו באצווינגען מיין מיינונג אויף קיינעם, אן אויסנאם.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 895
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 05, 2021 2:44 pm

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).

און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 05, 2021 2:48 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט..

וואס איז די עצה אז דאס זאל יא געלונגען?

רוב עלטערן זוכן יא א קאפל זאל זיך פארשטיין. בדרך כלל ווען צוויי מענטשן קומען פון זעלבן קרייז וועלן זיי זיך בעסער פארשטיין.

רוב עלטערן קוים וואס זיי פארשטייען זייערע קינדער און וואס זיי זענען און דארפן.
רוב עלטערן האבן זייייער אסאך חשבונות מיט כבוד אא"וו ווען סקומט צו שידוכים.
זאג מיר, דו פארשטייסט דיך מיט דיין גאנצע בית מדרש ווייל עטס קומטס פונעם זעלבן קרייז?
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 05, 2021 2:57 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט..

סיי וועלכע אנדערע מהלך ברענגט נאר אן ערגערן שידוכים קריזיס און איבערלאזן מער בחורים און מיידלעך אומפארהייראט לעולמי עד. דוק ותשכח, אין די ליטווישע קרייזן זענען דא מער בעשויס און דעיטס, מער שידוכים פראבלעמען, מער גיטין און מער עגונה'ס אויך... וואס מער אפן און מאדערן, אלץ מער שידוכים און גיטין פראבלעמען און קריזיסן. דוק ותשכח.

און אויב סמער דא דעמאלטס מעג מען גיין באוואלגערן איינעם?
אז איינער האט געדעיט און זיי האבן געמיינט אז זיי האבן זיך ליב איז טאקע א צרה, אבער א עדאלט איז אן עדאלט און שוין, אויב א צווייטער האט געצווינגען איז אן אנדערע מעשה.....

חוץ פון דעם וואס זייייער אסאך מענטשן בייאונז האבן מורא זיך צו גטן, און זיי ווייסן אז זיי גייען סייווי נישט טרעפן די צווייטע מאל עפעס בעסער, און זיי שעמען זיך פון אנדערע, די קינדער , די קאמפערט זאוין, און פארשטייט זיך די מזבח שיורד עליו דמעות, מיט די זיידעס און באבעס און גן עדן.
און רוב מענטשן ווייסן נישט פשוט וואס מיינט אן אמתע קאנעקשען און ליבשאפט צו א צווייטע, און מעריזש בכלל.
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » מאנטאג יולי 05, 2021 4:07 pm

דערהויבענע איד האט געשריבן:
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).

און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?

איך בין מיט דיר אז ביידע זענען וויקטימס, און אז ס'איז א געפערליכע עוולה וואס דארף א לייזונג. איך זאג נאר אז עס איז נישט גוט צו נוצן ווערטער וואס ווערן געווענליך גענוצט ווען איינער איז מאנס א צווייטן, ווייל דאס איז נישט דער מציאות. און ווען מען נוצט אזעלכע ווערטער ברענגט עס נישט דעם שמועס אינעם ריכטיגן דיירעקשן.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » מאנטאג יולי 05, 2021 4:18 pm

מפיל קינד האט געשריבן:סיי וועלכע אנדערע מהלך ברענגט נאר אן ערגערן שידוכים קריזיס און איבערלאזן מער בחורים און מיידלעך אומפארהייראט לעולמי עד...

עס איז אוודאי אמת אז יעדע אנדערע מהלך לאזט איבער מער אומפארהייראט, און אויב איז די ציל פון א שידוך סיסטעם צו זיין פארהייראט באיזה אופן שיהי' איז אונזער סיסטעם זייער גוט, כנ"ל. אויב אבער וויל מען זוכן שידוכים וואס זענען מער פאסיג, פארשטייט זיך וועט זיין אזעלכע וואס וועלן עס נישט טרעפן, אזויווי מען זעט אין די ברייטע אמעריקאנע גאס.

אין אזא ענווייראנמענט, ווען עס פאסירט אז איינער טרעפט נישט א גאר פאסיגע זאך, קען ער נאכאלס מאכן די החלטה צו נעמען איינעם וואס איז נישט אזוי פאסיג. געווענליך מאכן מענטשן די החלטה עס נישט צו טון, און איך האלט עס איז א ריכטיגע החלטה.

לעצם הענין, איך האלט די בעסטע וועג צו טון שידוכים וואלט געווען ווען בחורים און מיידלעך זאלן זיין באקאנט איינער מיטן צווייטן צו קענען אליין ווערן נאנט מיט די פאסיגע שידוך.

מפיל קינד האט געשריבן:כנלענ"ד, און מ'מעג זיך דינגן!! איך זוך נישט צו באצווינגען מיין מיינונג אויף קיינעם, אן אויסנאם.

א דאנק פאר די עדיטוט, נאר אזוי קען מען פירן א געשמאקע שמועס.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 05, 2021 8:08 pm

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).

און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?

איך בין מיט דיר אז ביידע זענען וויקטימס, און אז ס'איז א געפערליכע עוולה וואס דארף א לייזונג. איך זאג נאר אז עס איז נישט גוט צו נוצן ווערטער וואס ווערן געווענליך גענוצט ווען איינער איז מאנס א צווייטן, ווייל דאס איז נישט דער מציאות. און ווען מען נוצט אזעלכע ווערטער ברענגט עס נישט דעם שמועס אינעם ריכטיגן דיירעקשן.

עגרי.
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » זונטאג יולי 11, 2021 12:07 pm

פארוואס פארשטיי איך ניט די שמועס?
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 12, 2021 11:56 am

אייראפעישער חסיד האט געשריבן:פארוואס פארשטיי איך ניט די שמועס?

פרעג דיין מאמע...
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » מאנטאג יולי 12, 2021 1:14 pm

אלזא, וואס איז די וועג צו טון למעשה? לדעתי איז די לייזונג קאלעדזש. יעדע קינד וואס קומט ארויס פון ישיבה גדולה/היי סקול זאל גיין אין קאלעדזש, דארט קען מען קונה זיין וויסנשאפט און ווערן באקאנט מיט די אלגעמיינע וועלטליכע געזעלשאפט. צוביסלעך וועט מען זיך באקענען מיט די אנדערע מין אין אן אויסגעהאלטענע מסגרת, פארשטיין מיט וואס א פרוי איז אנדערש פון א מאן און מיט וואס די זעלבע, פאסיגע פארלעך וועלן נאטורלעך נענטער ווערן איינער מיטן אנדערען און מען וועט לאזן די השגחה שליסן די שידוכים.

צו די זעלבע צייט וועט דאס סאלוון אסאך פונדעמענטאלע פראבלעמען צווישן אונז. למשל דאס אז מען דארף אייביג קוקן וואס יענער טוט און זאגט, די געוואלדיגע peer pressure וועט נאכלאזן, ווייל מען דארף זיך שוין נישט זארגן וואס מען וועט זאגן ביי שידוכים. ועוד ועוד...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג יולי 13, 2021 12:28 am

ביזט זיכער אז אין קאלעדזש איז נישט דא קיין פיער פרעשור? אז די היימישע קאטשעניו עולם וועט זיך אריינרוקן אין קאלעזש וועט זיכער ווייטער זיין פיער פרעשור, אויף א אנדערע שטייגער (ס’וועט זיין מפואר בריעף קעיסעס.......).
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » דינסטאג יולי 13, 2021 1:24 am

אוודאי איז דא פיער פרעשור, עס איז נארמאל פיער פרעשור צווישן קינדער. די חילוק איז, נארמאלע ערוואקסענע מענטשן קענען זיך שטארקן איבער די פיער פרעשור, מען טוט וואס איז גוט פאר זיך אפילו "יענער" טוט אנדערש. פארוואס איז עס נישט ביי אונז אזוי? ביי איינעם איז עס די וועג וויאזוי מען מאכט חתונה טייער אפילו ער וויל נישט באמת. ביי א צווייטן איז עס גיין מיט א הוט און א שטריימל, אפילו ער וואלט ענדערש געוואלט גיין מיט א קוטשמע אין דערוואכן און א קאשקעטל אין שבת, עס איז אויסגעהאלטן ע"פ הלכה ומנהג, עס איז ביליגער, גרינגער, באקוועמער. ביי א דריטן איז עס די מוסדות וואו ער שיקט די קינדער אפילו ער האלט אז די אנדערע וואלט געווען בעסער, ביליגער, גרינגער. און אזוי ווייטער.

פארוואס זעט מען נישט אידן זאלן זיך אויפפירן ערוואקסן און זאגן איך רעכן מיר נישט מיט וואס אנדערע זאגן? ווייל ער מוז זיך רעכענען, אויב נישט וועט עס שאטן פאר שידוכים, ווער וויל זיך משדך זיין מיט איינער וואס טוט כך וכך.

דערויף האב איך געזאגט, איינמאל מען טוישט די וועג פון שידוכים וועט די פראבלעם מער נישט עקזיסטירן מיסודו. פארשטייט זיך מענטשן וועלן נאך ווילן זיין א חלק פון די געזעלשאפט, אבער עס וועט זיין א מעגליכקייט צו טון אנדערש ווען מען איז מחליט אז יעצט איז גוט פאר מיר אזוי. אויך ביי קינדער וועט נאך זיין פיער פרעשור שטארק, אבער מען וועט קענען מחזק זיין די קינדער אז זיי מעגן טון וואס זיי אליין גלייכן, און דארפן נישט זיין פונקט ווי יעדעם. פארקערט פון די מצב יעצט ווען מען זאגט פארן קינד, אויב ווילסטו טרעפן א נארמאלע שידוך...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » דינסטאג יולי 13, 2021 11:14 pm

@יעקב מעקסוקעל, איך וואלט מסכים געווען מיט דיר לגבי קאלעדזש אז ס'וואלט געסאלווט אסאך פראבלעמען, אבער דאך איז עס א צווייטע מסכת וואס האט צוטון מיט חינוך, אא"וו.

פון מיין זייט אויב מ'דעיט ווי אחינו הליטאים וואלט איך געווען צופרידן, מ'קען זיך באקענען איינער די צווייטע, שעירן וועליוס, מאכן רואיג אליינס דעסיזשענס, אא"וו.
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » מיטוואך יולי 14, 2021 10:12 am

דערהויבענע איד האט געשריבן:@יעקב מעקסוקעל, איך וואלט מסכים געווען מיט דיר לגבי קאלעדזש אז ס'וואלט געסאלווט אסאך פראבלעמען, אבער דאך איז עס א צווייטע מסכת וואס האט צוטון מיט חינוך, אא"וו.

פון מיין זייט אויב מ'דעיט ווי אחינו הליטאים וואלט איך געווען צופרידן, מ'קען זיך באקענען איינער די צווייטע, שעירן וועליוס, מאכן רואיג אליינס דעסיזשענס, אא"וו.

פארשטייסט נישט די גאנצע נושא! מקען דאך נישט אפעציעל טוישן די גאנצע סיסטעם דעריבער מוז מען אויפקומען מיט א אנדערע לעזונג!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: אונזער סיסטעם פון שידוכים

הודעהדורך שארפןקאפ » מיטוואך יולי 14, 2021 11:27 am

With all do respect
אן טוישן די סיסטעם וועט זיך (מיסטאָמע) גארנישט טוישן!!!

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך יולי 14, 2021 11:36 am

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אלזא, וואס איז די וועג צו טון למעשה? לדעתי איז די לייזונג קאלעדזש. יעדע קינד וואס קומט ארויס פון ישיבה גדולה/היי סקול זאל גיין אין קאלעדזש, דארט קען מען קונה זיין וויסנשאפט און ווערן באקאנט מיט די אלגעמיינע וועלטליכע געזעלשאפט. צוביסלעך וועט מען זיך באקענען מיט די אנדערע מין אין אן אויסגעהאלטענע מסגרת, פארשטיין מיט וואס א פרוי איז אנדערש פון א מאן און מיט וואס די זעלבע, פאסיגע פארלעך וועלן נאטורלעך נענטער ווערן איינער מיטן אנדערען און מען וועט לאזן די השגחה שליסן די שידוכים.

צו די זעלבע צייט וועט דאס סאלוון אסאך פונדעמענטאלע פראבלעמען צווישן אונז. למשל דאס אז מען דארף אייביג קוקן וואס יענער טוט און זאגט, די געוואלדיגע peer pressure וועט נאכלאזן, ווייל מען דארף זיך שוין נישט זארגן וואס מען וועט זאגן ביי שידוכים. ועוד ועוד...

זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך ישעיה » מיטוואך יולי 14, 2021 11:42 am

שארפןקאפ האט געשריבן:With all do respect
אן טוישן די סיסטעם וועט זיך (מיסטאָמע) גארנישט טוישן!!!

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

אויך נישט דיין ספעללינג :lol:
(זיי מיר מוחל, איך האב מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן :oops: )
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

הודעהדורך צפרדע » מיטוואך יולי 14, 2021 7:02 pm

דערהויבענע איד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!

כ'האב נייעס פאר דיר, אין די סעקולארע וועלט איז געווענליך דער מאן דער וואס דינט די פרוי, הגם די פרוי איז נישט אזא געטשקע ווי דער מאן איז ביי אונז אבער פארקערט זיכער נישט.

כהאלט נישט אז איינער דארף איינעם דינען אין א מעריזש, כהאב נאר מגיב געוועהן אויף אים אז ווייל ער איז צפרידן- מן הסתם דינט אים זיין ווייב-מיינט נישט אז אנדערע זענען יא.

ווען איך בין ווען א מחוצף פרעג איך אים צו זיין ווייב איז אויך צופרידן.... ;)

ר' איד, זיי נישט אזוי שארף, פון דיינע שירות זעהט זיך אן אז איר האלט מיט א קלארקייט אז יעדער מיטשעט'זיך, כאילו אויב ער איז צופרידן וואלסטו געוואלט פרעגן די ווייב צו זי איז אויך.. ס'איז דא אסאך, גאר אסאך וואס טראכטן וואס וועט זיין די בעסט פאר מיין קינד, במילא נישט יעדער טיילט מיט דעם דאזיגען גורל,
און פון די אנדערע זייט איז טאקע אויך ריכטיג אז געוויסע עלטערן דארפן ריכטיגער צוגיין צום שידוך, און נישט סתם הודל מיט בודל,
ווי האט יענער געזאגט: א חוץ גראב מיט גראב, איז דא נאר עפעס וואס שטימט?!

אבער פארשטיי אז ס'איז דא א סיבה פארוואס אונזער שדוכים גייען אזוי צו, מען דארף עס אבער טוהן מיט א קלוגע וועג, איבערשמיעסן מיטן קינד וכדו' וכדו'
למעשה זעהט מען אז עס איז נישטא ביי אונז מען גט'ן ווי ביי די אנדערע (חאטש קענסט זאגן אז ביי אונז איז עס מען א סטיגמע, זיך צו גט'ן, און וועגן דעם איז די תוצאה נישט מער)
אזוי אויך פארשטיי, מען קען אסאך ארבעטן אויף 'שלום בית' - און שלום בית מיין איך נישט נאר מען זאל זיך נישט קריגען, נאר אויף זיך פארשטיין אויפן בליק מיט די אויגן, האבן די זעלבע מטרה מיט'ן שטוב, זיך נישט צו שעימען איינע פון די אנדערע מיט אלע אינעליכע ענינים, הנאה האבן אינאיינעם, וכדו' ס'איז היינט דא אסאך ביכער אין ענגליש און אין אידיש (דורך דיע סייט האב איך געקויפט 'מה טובו אהליך')

- איך טראכט אז דיע וואס קלוקען נישט קענען מיט די ריכטיגע ווילן אנקומען צום געוואונטשענע ציל דורך ליינען און קונה זיין עניני שלום בית, און יא, מען דארף אויך ארבעטן אויף די מידות, איינע פון די סיבות פארוואס מיר זענען אויף דעם וועלט. איך זאג טאקע נישט 100% מענטשן, אבער רוב חברה קענען עס באווייזן.
- די סעלאשן איז נישט צו בלעימען, דו ביסט ווי דו ביסט, (איך מיין נישט 'דיר', איך מיין דער מענטש וואס רעדט זיך אפ א גאנצע טאג אויף זיינע פראבלעמען וואס 'יענער' איז שילדיג) מען קען עס אבער מאכן בעסער, ס'איז דא א וועג.
- אויף אזוי פיל: דאס וואס דו האסט נישט ליב געהאט ביים צוגיין צו דיין שידוך, וועסטו בס"ד נישט איבערטוהן ביי דיינע קינדער.
באניצער אוואטאר
צפרדע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 05, 2020 12:53 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 14, 2021 7:13 pm

קורקלענד האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.

אודאי אזוי, וואס איז די שאלה בכלל. וואס בלייבט יא צו פארשטיין איז וואס איז אייער ענדגילטיגע ציל, זעהט אויס ווי איר זוכט א תירוץ נישט אנצונעמען זיין לעזונג און דאס וואס איר פרובירט עס שפילן וגו׳ (aka fill in the blank)
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4482
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3925 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:06 pm

דערהויבענע איד האט געשריבן:פון מיין זייט אויב מ'דעיט ווי אחינו הליטאים וואלט איך געווען צופרידן, מ'קען זיך באקענען איינער די צווייטע, שעירן וועליוס, מאכן רואיג אליינס דעסיזשענס, אא"וו.

אויב דו וואלסט געווען צופרידן, גאו פאר איט. איך בין נישט צופרידן מיט זייער מהלך פאר צוויי סיבות.

קודם כל טרעפן זיי זיך נישט מיט קיין סאך דעיט'ס, מיט וויפיל מיידלעך גייט שוין אן עוורידזש בחור ארויס, דאס מיינט מען דארף האפן אז פונקט וועט מען אים אנטראגן א פאסיגע זאך. ווען מען קען זיך מיט א גאנצע קאלעדזש פון מיידלעך איז סאך מער שכיח צו טרעפן א פאסיגע זאך. פונקט ווי רוב מענטשן טרעפן זיך גאר נאנטע און פאסיגע חברים אין א געווענליכע סייז ישיבה/סקול.

והשנית, ווען מען גייט ארויס דעיטן איז מען קיינמאל נישט עכט זיך. עס איז אמת אז מערערע דעיטס וואס יעדע איינס נעמט א שטיק צייט איז זיכער בעסער פון איין צוויי קליינע בעשוי'ס, אבער ווילאנג עס איז א דעיט קען מען נישט עכט די מענטש. ווען מען קען זיך אין א טאג טעגליכע סעטינג איז עס גאר עפעס אנדערש.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:16 pm

קורקלענד האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.

wow, איך האב געזאגט איך האלט מען זאל גיין אין קאלעדזש, און דו כאפסט איך וויל מען זאל גיין שטודירן, דשיניעס!

די מענטשן וואס האבן א פראבלעם מיט שטודירן, האבן אוודאי א פראבלעם אז בחורים און מיידלעך זאלן זיך טרעפן אליין שידוכים, איך רעד צו מענטשן וואס זענען יא אפן צו אזעלכע געדאנקען. איך האב טאקע געשריבן אז דאס וועט העלפן פאר נאך נושאים, און אוודאי האב איך אויך געמיינט די פשטות פון זיך איינקויפן די ידיעות וואס מען קען באקומען אין קאלעדזש.

----------

@צפרדע, אוודאי דארף מען ארבעטן אויף די שלום בית, דאס איז וואס אונז אלע טוען. אפילו ווען א קאפל איז די אולטימעט מעטש דארפן זיי אויך ארבעטן א גאנצע לעבן צו אנהאלטן די שלום בית און עס בויען שטערקער און טיפער. די מציאות איז נאכאלס, ווען צוויי מענטשן זענען נישט אזוי פאסיג דארפן זיי אריינלייגן גאר אסאך מער כוחות (און אסאך מאל ווייטאג) אין די שלום בית, און נאך אלע מעשיות איז זייער שלום בית נישט קיין דמיון צו די אהבה ואחוה וואו עס שטייט ביי די וואס זענען מתחילה אנגעקומען גוט.

אזויווי דו זאגסט צום סוף, די שאלה איז וואס אונז גייען טון אנדערש פאר אונזער קינדער. מען בלעימט נישט יעצט, מען האט נישט קיין טענות, מען זוכט א סעלושען.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:20 pm

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:קודם כל טרעפן זיי זיך נישט מיט קיין סאך דעיט'ס, מיט וויפיל מיידלעך גייט שוין אן עוורידזש בחור ארויס, דאס מיינט מען דארף האפן אז פונקט וועט מען אים אנטראגן א פאסיגע זאך. ווען מען קען זיך מיט א גאנצע קאלעדזש פון מיידלעך איז סאך מער שכיח צו טרעפן א פאסיגע זאך. פונקט ווי רוב מענטשן טרעפן זיך גאר נאנטע און פאסיגע חברים אין א געווענליכע סייז ישיבה/סקול.
באמת איז עס נישט אזוי פשוט אז מ׳דרייט זיך ארום און מ׳טרעפט מיידלעך, געווענליך גייט עס אז איינער ברענגט א חבר וואס ברענגט א חבר און מ׳דרייט זיך אזויפיל צווישן סינגלס וואס טוען אקטיוו דעיטן (כ׳רעד אפילו נישט פון סינגל עווענטס) און מ׳רעדט פון דעם און פון יענעם, און געווענליך מאכט זיך שוין עפעס, אנדערש ווי היינט ביי געווענליכע חסידים וואו יעדע שידוך וואס איינער וויל אנטראגן דארף דורכגיין ווייניגסטנס פינעף מענטשן וואס יעדער האט די כח צו מאכן א וועטאו אויף די גאנצע זאך און וואס ס׳קומט אן צום בחור/מיידל איז נאר וואס א בית דין של שבעים ואחד זקנים האבן געגעבן זייער הסכמה אז לויט זייער דמיון איז עס פאסיג.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4482
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3925 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק חינוך

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט