דארפן די עלטערן זיין נכנע אונטער די מחנכים ?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 713
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

דארפן די עלטערן זיין נכנע אונטער די מחנכים ?

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

לייענענדיג א מעסעדזש וואס איז לעצטענס ארומגעפארן וואס לייענט זיך ווי פאלגענד:

מיט דעם וויל איך מעלדן פאר די חשוב'ע מלמדים און טיטשערס פון מיינע קינדער אז מארגן נאכט וועט פארקומען די יערליכע "אסיפת מורים" ביי מיר אין דיינינג רום ווי די מלמדים פון מיינע קינדער וועלן האבן די געלעגנהייט זיך פארצושטעלן פאר מיר און מיר איבערגעבן זייערע גאלדענע פלענער פאר די יאר און זייער אפשאצונג אויף מיין קינד.

מיר בעטן די מלמדים/טיטשערס זאלן ווארטן אין די האלוועי געדולדיג, עס וועט זיין א טישל מיט מארבל קוקיס און סאדע איבערצובייסן און באלייכטונגען אריינצוקוקען.

היות מיין צייט איז זייער טייער און יעדע מלמד וויל האבן א שאנס מיט מיר צו רעדן, וועלן מיר שענקן בלויז דריי מינוט פאר איטליכע מלמד, מיט פארשטענדעניש.


האט עס מיר אויפגעהויבן די אויגן ברעמען ווער ווייסט צי גאר אסאך פראבלעמען וואס גייט פאר אין די היינטיגען חינוך סיסטעם קומט ווייל דער מחנך פילט זיך על הגובה העכער די עלטערן און לכבוד דעם טוהט ער מה שלבו חפץ מיטן קינד,

פארוואס דארף דער טאטע מאמע פילן כלפי דער מלמד/מנהל ווי קנעכט אונטער זיי ?
אויב זיי וואלטן געוואוסט. אז זיי דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע תנועה וואלטן זאכן אנדערש געווען
מאי שנא פון יעדע ארבעטער פון א ביזנעס וואס דער ארבעטער דארף אפגעבן א פונקטליכער ריפארט וואס ער האט אויפגעטוהן און וואס ער פלאנט צו טוהן,

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר