ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות

שליחה דורך הוגה »

[justify]אונזער גאנצע תורה שטייט אויף די יסוד פון "מסורה". משה קבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע וכו'. און אויף די חזקה אין אדם מוריש שקר וכו'. אויב פאלט דער חזקה אוועק איז די גאנצע מסורה נישט קיין מסורה. עס איז דא אסאך מאל וואס א מלמד אדער טיטשער זאגט פאלשע זאכן פאר קינדער, וואס איז נישט אויסגעהאלטן צו טון, אבער דאך קען מען עס אביסל פארשטיין. אבער ווען זיי זאגן ליגנט אויף א זאך וואס איז ידוע לכל, א יעדער ווייסט אז עס איז נישט אמת, איז עס נישט נאר אן עוולה גדולה נאר אויך א טיפשות גדולה.
מיין קליינע תמימות'דיגע טאכטערל האט זיך אפגערעדט אז זי האט נישט ליב איר לערערין, ווייל זי זאגט אלעמאל ליגנט. פארשטייט זיך, ווען א טאטע הערט ווי זיין קינד זאגט אזא מין זאך איז עס מעורר שטארקע concern. איך האב מיר אוועק געזעצט מיט איר שטילערהייט און איר געבעטן אז זי זאל מיר איבערזאגן די ליגנט וואס זי האלט איר טיטשער האט געזאגט. איך האב געהאפט אז איך וועל איר קענען פארענטפערן אז די לערערין האט געמיינט עפעס אנדערש ווי וואס זי האט פארשטאנען. אבער ליידער האב איך עס נישט געקענט טון.

זי זאגט מיר אז איר טיטשער זאגט אז "גוים שלאגן זיך אלעמאל ארום איינער מיטן אנדערע". דאס איז אבער נישט אמת. ווען אונז גייען שאפינג זעה איך ווי גוים האבן זיך שטארק ליב, קיינער שלאגט זיך נישט ארום. פרעג איך איר, וואס נאך. ענטפערט זי אז די טיטשער זאגט אז אלע אידישע בחורים און טאטעס לערנען תורה א גאנצע טאג. דאס איז אזא ליגנט.

וואס האב איך איר געקענט ענטפערן? איך וויל נישט אריינגיין אין אונזער ווייטער'דיגע געשפרעך. אבער דער טיטשער האט סך הכל מיט איר נארישע סטעיטמענטס געמאכט אז די מיידלעך זאלן מער נישט טראסטן וואס זי זאגט אדער אנדערע לערערינס. אפשר זענען אלע אנדערע זאכן אויך נישט אמת. אויס מסורה און אויס תורה. און פארוואס? וואס האט זי אז די מיידלעך מיינען אז גוים שלאגן זיך? וואס האט זי אז די מיידלעך מיינען אז טאטעס לערנען א גאנצע טאג? איז דען דאס די תכלית? וואס פאר א גרויסע טיפוש דארף מען זיין צו מיינען אז די מיידלעך וועלן נישט כאפן די ליגנט?

די זעלבע זאגט מיר מיין בחור'ל (נאך דעם וואס ער האט זיך אונטערגעהערט האלבוועגס מיין שמועס מיט מיין טאכטער), אז זיין כיתה ד' רבי האט זיי געזאגט אמאל, אז ווען מען זעהט גוי'אישע קברים דארף מען זאגן "כן ירבו". ווען זיי זענען געווען אין כיתה ו' האבן זיך שוין אלע קינדער געכאפט אז ס'איז שטותים והבלים, עס שטייט אין ערגעץ נישט אזא זאך. (באבוד רשעים מיינט שלעכטע מענטשן נישט גוים.)

ווידער פארשטיי איך נישט דאס טיפשות פון א מלמד. האסט טאקע געמיינט אז מ'וועט נישט כאפן אז דו רעדסט ב"ש? ובכלל, וואס איז די חכמה פון מחנך צו זיין קינדער צו וויילאנס און hatred?

עס זענען דא מענטשן וואס בטבע האבן זיי ליב צו זאגן זאכן כאילו זיי ווייסן אדער אויפבלאזן זאכן מער ווי זיי זענען באמת. זיי כאפן זיך ערשט לאחר המעשה און דאן פאסט זיי שוין נישט צוריק צו ציען. ווען עס האנדלט זיך מיט א יונגערמאן וואס איז מייעץ זיין חבר אין א ענין מסחרי וואס ער פארשטייט נישט איז איין זאך. אבער ווען מען רעדט פון עלטערן ומחנכים איז שוין גאר א צווייטע מעשה. מען רעדט דא פון דאס קיום פון כלל ישראל, די המשכת המסורה און די חזקה פון אין אדם מוריש. היזהרו בדבריכם!!!



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר