אבות ובנים

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18947 מאל

אבות ובנים

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב געוואלט אביסל אויסשמועסן די פענאמען פון די לעצטערע יארן "אבות ובנים", ווי די טאטעס לערנען מיט די קינדער א שעה אין די לאנגע מוצאי שבתות פון די ווינטער וואכן, און מ'טיילט מתנות פאר די קינדער.

ס'איז כו"ע מודי אז דער עצם געדאנק איז א געוואונטשענע און זייער וויכטיג. ליידער אסאך טאטעס האבן כמעט נישט קיין צייט צו די קינדער במשך די וואך טראץ אלע חינוך דרשות פארלאנגען אז דאס איז וויכטיג, און די איין שעה א וואך קען ראטעווען דורות.

אבער עס ברענגט מיט זיך אסאך שאלות און ספיקות. איך פארשטיי אז ס'איז נישט מעגליך יעדן צופרידנשטעלן בשלימות, אבער פארט קען מען אויסשמועסן די ספקות. ד"ה איך מאך נישט אוועק דעם וויכטיגן מנהג, איך וויל עס נאר פארבעסערן עס זאל זיין מער שוה לכל נפש און אויסשמועסן איידיעס.

צב"ש אויב האט איר 3-4 קינדער, ווי אזוי טיילט איר איין די שעה? זענט איר באהאווענט אין אלע לימודים פון אייערע קינדער, אדער וועט אייער בחור'ל אייך "פארלערנען" די גמרא אדער שו"ע? איז עס א צייט צו פארהערן אדער ענדערש לערנען מיט די קינדער, אדער קען מען גאר סתם פארברענגען און פארציילן מעשיות? לוינט זיך צו לערנען די לימודים פון חדר אדער קען איך לערנען במקום שלבי חפץ? און וואס איז פשט פון די מתנות פאר די קינדער? גורלות, קאמפעטישאן שלא לצורך כלל, זיי האבן דאך די גרעסטע תענוג צו פארברענגען מיטן טאטן (מען וואלט ליבערשט געדארפט טיילן מתנות פאר די טאטעס וואס האבן נישט די געדולד דערצו...), אבער אונזערע קינדער וואס זענען שוין אזוי אויך איבריג געפיעטשעט, וואס פעלט אויס צו ספויעלן נאך מער? מתנות מיט נאש מיט גורלות, און קאמפערן די מתנות צו די שכנים מיט אנדערע שולן?

וואס טוט זיך מיט עלטערן וואס קענען דאס נישט באווייזן, שפירן זיך זייערע קינדער ארויסגעפאלן? און ווי אזוי איז מיט די דאזיגע וועלכע קענען נישט קומען יעדע וואך, ממילא פארלירט מען א חלק פונעם פראגראם און מען קען נישט זוכה זיין אינעם "גרויסן גורל" סוף ווינטער? לעצטע יאר האט מיר איינער געפרעגט צי עס נישט בעסער עס צו מאכן פרייטאג צו נאכטס צוישן 6-7 וואס דאן קומען נישט פאר מלוה מלכה'ס, משפחה פארברענגען, באזוכן די עלטערן וכו'.

איך האב געהאט נאך אסאך שאלות, אבער דאס געדענק איך אויף דער מינוט. וואס האט איר צו זאגן?
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר