א טרויעריקער אנעקדאט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

א טרויעריקער אנעקדאט

שליחה דורך הומאניסט »

א יינגל א יתומל נעבעך, (יא״ג),
אין קרית יואל. די מאמע איז אומגעקומען אינם הייליגן שטעטל
וויאזוי ?
איינער האט אפן געלאזט אן אויטא מיטן אנגעצונדענעם מאטאר
נו איז וואס?
א ברודער זעצט זיך אריין ביים רעדל,
האט ער ״לייסענס״ ? אוודאי נישט
ער איז דאך א כולל יונגערמאן וואס ״תורתו אומנתו״ און פאר שמירת עינים וועגן איז נישט כדאי צו קענען פירן אן אויטא ווייל סאיז דא א חשש אז איין טאג וועט אים איינפאלן ארויסצופארן פון שטעטל און ווער ווייסט וואו ער קען נאך אנקומען ( אין שאול תחתית אפשר...)
נו איז א פראבלעם נישטא וואס צו טון מיט די צייט נישטא קיין שום אקטיוויטעטן, ספארט, שפיל, תענוגים...
גיט ער א דרוק מיטן רעכטן פוס און גאלאפ...
די אויטא נעמט זיך פליען אראפ פון בארג און הארגעט אפ א מאמע מיט א בעיבי אויף איינמאל
דאס עלצטע קינד א 12 יעריגער איז געווען דער מאמעס ליבלינג אבער דער טאטע קען אים נישט פארליידן
ער גיט אים נישט קיין ליבשאפט , ״אטענטשן״ , צייט, נאכדערצו רודפט ער אים אויס
דאס יינגלס פסיכיק זוכט ״א סערווייוול מעקאניזם״, ער פאלט אריין אין דמיון,
פאנטאזירט וועגן זיין גרויסן צוקונפט צו זיין דער מלך המשיח,
דעם כבוד וואס ער באקומט אין די אויגן פון גאנץ כלל ישראל , לעיני כל העולם
ווי אויך די כיבודים וואס ער וועט צוטיילן פאר זיינע חברים און ווי ער וועט זיי מאכן פאר די יושבים ראשונה במלכות
דאס קינד וואלגערט זיך ארום צוווישן קרובים. אפשר נעמען צו א טעראפיסט? מאן דכר שמיה. קודם כל איז עס א פינאנציעלע עקספענס און ווער האט דאס געלט דערפאר, און צווייטנס דאס קען דאך נאך חלילה גורם זיין צו פארלאזן דעם סיסטעם...
שוין אפגערעדט פון דעם וואס דער זיידע, א קנאי, א נטורי קרתאניק, האלט אז נעמען הילף פון פסיכאלאגיע אדער ״ חינוך מיוחד״ איז אפיקורסות און א בזיון התורה.
וואס עפעס? ווייל סע איז א פראקלאמאציע אז תורה איז נישט גענוג , און מ׳דארף צוקומען צו אנדערע מקורות!...און דעריבער האט ער געפירט א מלחמה קעגן דעם ספר ״נישט מיט כח נאר מיט מח״...און קעגן די ״חינוך מיוחד״ פראגראמען אין די חדרים ....
א פעטער פון דער מאמעס זייט רופט אפ דעם זיידן כדי ארומצורעדן ןןאס מקען טאן...א פאסיגן אדרעס אנגעטראפן!...דער זיידע( וואס אגב איז גרייט גיין אין וואסער און פייער ״לקדש שם שמים״..) ענטפערט:
שיס אים!!
דאס יינגל-בחור האט זיך אזוי געוואלגערט ביז....א אויטא איז אויך אים איבערגעפארן!
מעשה אבות סימן לבנים ...און די משפחחה איז אויסגעלייזט ״ברוך השם״ פון אלע צרות
״הקב״ה עושה רצון צדיק״...
בלייבט נאר א קושיא: פ״וו ווארטן און זיך מוטשען אזוי לאנג? פ״וו נישט אומקומען מיט א 8 יאר פריער און ארויפגיין אין הימל אינאיינעם מיט מאמען און שוועסטערל???
נאך עפעס איז נישט קלאר : ווי אזוי איז ער געהארגעט געווארן ? איז עס ״סועסייד״? אדער פשוט נישט אכטונג געגעבן פון פארחלומטקייט און מעדיצין-איינפלוס? צי גאר ווייל מהאט אים -אזויווי אסאך היימישע קינדער- קיינמאל נישט געלערנט די ״קאוד״ פון ״rode crossing" , אדער אפשר אלע סיבות אינאיינעם?...


Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הומאניסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר