שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל - וואס ענטפערט מען?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל - וואס ענטפערט מען?

שליחה דורך מורינו ורבנו »

מאכט זיך אסאך מאל, אז עס קומט אריין א שאלה, אז א בחור וויל פארן לערנען און זיך משלים זיין אין ארץ-ישראל. למען האמת איז יעצט די צייט וואס די שאלות קומען אריין, ווייל מען מאכט יעצט די הכנות צו פארן לערנען אין ישיבות. טייל פון די שאלות זענען פון אנשים המקושרים אתנו לאויוש"ט, אנדערע זענען אפילו דרויסנדיגע בחורים, וואס ווילן זיך דורכשמועסן און הערן אן עצה טובה.

דאס איז איינע פון די שווערע שאלות, וואס נישט אלעמאל קען מען באמת וויסן וואס עס איז גוט. רוב מאל דארף מען גוט קענען דעם בחור כדאי צו קענען ענטפערן דערויף. און די שאלה איז אויך נישט אזא פשוט'ע עס האט אסאך פארצווייגטע סעיפים דערין.

פון איין זייט הערט מען צומאל, פון בחורים וועמען מען האט געשיקט קיין ארץ-ישראל, אבער זיי דרייען זיך נישט בדרך טובים. דאהי זענען זיי געווען פיינע חשוב'ע בחורים, און האבן געהאט די געלעגנהייט צו שטייגן מעלה מעלה, וואו זיי וואלטן אנגעקומען גאר הויך און אויסגעשטיגן פיינע חסידי'שע יונגעלייט. אבער קומענדיג קיין ארץ-ישראל, דרייען זיי זיך אין די גאסן, פארהאן צווישן זיי וואס פאלן אריין אין זאכן וואס דאהי וואלטן זיי נישט אריינגעפאלן, צומאל מיינט דאס אפילו נישט אידישקייט, נאר אפילו קולטורישע סעקטעס וואס הערשן דארט לרוב, ואכמ"ל והמבין יבין. צומאל ווערן זיי סתם אזוי צי אפן און ברייט, וואס לויט דער נפש פון דעם בחור, וואלט בעסער געווען ווען ער בלייבט דא, איידל און נישט זיך אזוי עפענען צו אן עקסטרעם.

און... ס'איז דא דערין אסאך סעיפים, איך קען נישט אלעס ארויסברענגען און אלעס ערקלערן.

מאידך גיסא, זענען דא בחורים וואס זענען באמת שיין אויסגעשטיגן אין ארץ-ישראל, זיי האבן קונה געווען גדלות און ברייטקייט, זיי האבן אנטוויקלט א תכונת הנפש וואס זיי וואלטן נישט געקענט אנטוויקלען דאהי אין אמעריקע. צומאל קען דאס מיינען אז זיי זענען געווארן גדולי'שע מענטשן, און צומאל מיינט דאס אפילו אין גשמיות, זיי זענען געווארן געבויעט, באקומען א השקפה, זיך אויסגעריבן און געווארן א מענטש.

ס'איז דא איין טעלאגיע וואס איך האב געהערט פון מענטשן, וואס דאס איז מופרך מכל וכל, דהיינו, אז אפילו אויב בחורים פאלן דורך (לאו דוקא במצוות נאר אפילו בתכונת נפשם ודו"ק), איז דאס א מעלה, אז מען עקספירענסט א זאך אין לעבן און מען רייבט זיך אויס. דאס איז פאלש. ווייל מען ערווארבט זיך מיט מידות מגונות און מען איז קונה זאכן וואס מען וואלט נישט געדארפט קונה זיין, און דאס שטערט אויפן גאנצן לעבן.

ס'איז זייער שווער צו ענטפערן דערויף און יתכן אז עס האט נישט קיין קלארע ענטפער, נאר יעדע בחור באשר הוא אדם.

פארט, האבנדיג דא פארשידענע סארט מענטשן, וואלט איך געוואלט הערן פון די עקספיריענס פון מענטשן וואס האבן געלערנט אלס בחור אין ארץ-ישראל, ווי אזוי זייער לעבן איז דארט דורך, און ווי אזוי זיי קוקן עס אן. איך האלט אז עס וועט מיר זיין א גרויסער הילף צו וויסן ווי אזוי צו ענטפערן פאר אנדערע.

איך וועל אייך איבערלאזן א ברכה, אז איר זאלט זען פיל נחת דקדושה פון אייערע קינדער און אייניקלעך, און איר זאלט געבענטשט ווערן מיט די ברכה פון 'ינחני במעגלי צדק', אז איר זאלט שטענדיג האבן דעם ריכטיגן צוגאנג צו וויסן ווי אזוי צו האנדלען מיט אייערע קינדער.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר