בלאט 1 פון 1

חינוך איבער ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט מיידלעך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 1:59 pm
דורך פרנס החודש
איך האב היינט ב״ה אנגעהויבן מיין נייע ארבייט אלס א סאושעל סקולס טיטשער/קאונסלער אין א געמישטע ארטאדאקסישע מוסד.
אלס מיין ארבייט וועל איך דארפן געבן קלאסן פאר אינגלעך און מיידלעך, און אויך איינס אויף איינס קאונסעלינג מיט קינדער.
איז מיר פונקט אויפגעקומען א פראגע: מיט וועלכע רעכט האבן מיינע רבי׳ס אין חדר מיך נישט אויסגעלערנט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די אנדערע מין? וואס פאר א מין ווירטשאפט איז עס צו אוועקמאכן די גאנצע נושא מיט׳ן זאגן ״ מ׳טאר נישט קוקן אויף קיין מיידלעך? סיי אין שולחן ערוך איז דא הלכות איבער דעם, אויך לגבי פשוטע דרך ארץ איז עס גאנץ קאמפליצירט. האבן זיי נישט געטראכט אז איך וועל אמאל ברויכן ארבייטן צוזאמען מיט די אנדערע מין ? האבן זיי געטראכט אז די אלע הלכות איבער די אנדערע מין איז הלכתא למשיחא? אדער האבן זיי בכלל געטראכט?