מיינע עלטערן.......אפדעיט.

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

מיינע עלטערן.......אפדעיט.

שליחה דורך כוואליעס »

דער סיבה וואס האט מיר געברענגט דאסמאל צום שרייב טיש,ל איז די קליינע איצי.
דער בחור איצי איז א ליכטיגער בחן,טער בחור,ל וואס האט אפאר חדשים צירוק אנגעהויבן ישיבה מיט די רעכטע פיס ב"ה, אבער די וואך שפאצירט ער אריין צו מיר אין אפיס צוזאמען מיט זיין טאטע, וואס גייט פאר? די טאטע ר' משה האט שוין פארדעם גערעדט צו מיר אויפן טעלעפאון און מסביר געווען די פראבלעם, אין ישיבה איז אלעס גוט, זאגט ער מיר אבער אין דערהיים איז געפערליך, דער בחור איז נישט מיט אונז, ער פירט זיך אויף ווי א חיה, שרייט, רעדט חוצפדיג, אזאש ס,איז ממש געפערליך
איך הער אויס די טאטע, איך פרעג אים אויס כמה פרטים בנוגע דעם ענין, נאך אפאר מינוט האב איך ארויסגעהאט די גאנצע ענין, איך זעץ מיר אראפ מיט איצי און איך שמועס מיט אים אביסאל, און יא, איך האב מיר נישט געפאפט, עס שטימט,
עס איז שוין שפעט ביינאכט, איך זיץ אויפן סאפא און זוך א עצה, איך ווייס וואס די פראבלעם איז, די פראבלעם איז נישט דער בחור, דער טאטע איז דער שולדיגער, די שאלה איז ווי אזוי איז מען מסביר פאר די טאטע די פראבלעם, ער טוט דאך די בעסטע פאר זיין קינד, ער טוט וואס ער קען, ער קויפט כסדר נייע זאכן פאר זיין קינד, ער גיט אים אזויפיל ליבשאפט, און וואס נישט, זיין קינד האט זיך נישט וואס אפצורעדן,און די אמת איז אז זיין קינד רעדט זיך בכלל נישט אפ, אבער דאך, עפעס קליקט נישט צווישן איצי און זיין טאטע
זיצענדיג אזוי פארטראכטהייבט מיר אן ארויפקומען זכרונות פון יארן צירוק אלס בחור ווען איך בין געזיצן ביי די סעודה אומגעדילדיג, א יעדע ווארט וואס מיין טאטע האט נאר ארויסגערעדט האט מיר עקסטער נערווירט, איך האב געהאלטן אז מיין טאטע איז א שוטה ער האט פשוט נישט קיין שכל, יעדע ווארט וואס ער האט נאר געזאגט איז געווען ווי א פעקל טיפשות, איך האב נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי מענטשן רעדן צו מיין טאטע, ווי אזוי מענטשן האבן ליב מיין טאטע,
איך פלעג אזוי מקנה זיין די בחורים וואס האבן געהאט די געשמאקע עלטערן, מען קען שמועסן מיט זיי געשמאק, הגם מיין טאטע האט מיר איינגעטיילט ווייניגער ווי זיי האבן איינגעטיילט זייערע קינדער, מיין טאטע איז געווען אזא גוטע טאטע, ער האט מיר קיינמאל נישט געשלאגן, ער האט מיר געקויפט וואס איך האב נאר געדארפט אפילו ער האט נישט געהאט קיין סאך געלט, ער האט זיך אזוי געזארגט פאר מיר, פארוואס האב איך אים נישט ליב געהאט? פארוואס האב איך נישט הנאה געהאט פון זיין געטריישאפט? איך פיל יעצט אזא רחמנות אויף מיין טאטע וואס האט נעבעך פרובירט וואס ער האט נאר געקענט,היינט צוטאגס האב איך גראדע גאנץ שטארק הנאה פון אים, אבער אלס בחור האט עפעס נישט געקליקט,
און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס דער איצי קליקט נישט מיט זיין טאטע
פון ווען א קינד גייט אריין אין פלעי גרופ הייבט ער אן באקומען חברים, נאכן באקומען חברים הייבט ער זיך אן צו שלאגן מיט די חברים און ער מאכט נייע חברים, ער ווערט עלטער גייט ער אריין אין א חדר, יעדן טאג באקומט ער נייע חברים און זאגט אויף די אלטע, מיט איינעם ווערט די פריינטשאפט הייס פאר אפאר וואכן, אפאר חדשים, און נאכדעם קילט זיך דאס אפ, ער טרעפט נייע חברים וחוזר חלילה,
וואס געשעט ווען א קינד באקומט א חבר, און ער ווערט בעסט פרענדס מיט יענעם, ביז צוביסלעך הייבט ער אן נמאס ווערן פון יענעם, אבער יענער לאזט נישט נאך, יענער זאגט נישט אויף זיין פריינטשאפט, צוביסלעך גייט דאס קינד ווערן אויפגערעגט אויף יענע אינגאל, ער וועט שרייען אויף יענעם דו פגר לאז מיר אפ טרעפ דיר אנדערע חברים טרעט אראפ פון מיר
און אויב די אינגאל וועט אים וויטער פגר,ן, זיך פרובירן צו חנפנען, וועט עס נאר ווערן ערגער, ער וועט באקומען א שינאה צו אים
א טאטע איז נאנט צו זיין קינד נישט אפאר וואכן אפאר חדשים, נאר פון ווען דאס קינד ווערט געבוירן אויף אייביג איז נישט מער ווי נארמאל אז עס זאל זיין עליות און ירידות, די פראבלעם הייבט זיך אן ווען די טאטע לאזט נישט עס זאל זיין ירידות
דאס פילט א קינד ווען זיין טאטע גיט אים ליבשאפט, פגר נישט, לאז מיר אפ, אבער ער קען עס נישט ארויסזאגן אפן, במילה ווערט אזא גאנצע געראטשקע, זוכט די טאטע צו געבן עפעס פאר די קינד, ווערט די קינד נאכמער אויפגערעגט, אפילו אופן מינוט זעט אויס ווי די זאך האט זיך ברואיגט איז עס אין אמת,ן געווארן סאך ערגער, די קינד פילט זיך סאך מער געצווינגען און זיין טאטעס פריינטשאפט


האט איר אויך די פראבלעם מיט אייערע עלטערן אדער קינדער? זענט איר אינטערעסירט איך זאל שרייבן די סעלאשן? דאן שרייבט דא אין דעם אשכול א הודעה און מוועט זען לפי די ריקוועסט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוואליעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר