"למעשה" #3 אונזערע קינדער, אונזער צוקונפט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

"למעשה" #3 אונזערע קינדער, אונזער צוקונפט

שליחה דורך נהורא נפישא »

עס איז נישט קיין סוד, אז ס'איז דא צעווישן אונז א באדייטנדע צאל וואס זענען נישט צופרידן פונעם לעבנסשטייגער אין וואס מיר געפונען זיך, עס איז וויכטיג צו אנערקענען אז ביפאר מ'הויבט אן טראכטן וועגן א לעזונג דארף מען דערגיין וואו די פראבלעם וואס איז גורם פאר די אומצופרידנהייט שטעקט, און דערנאך קען מען זיכן פאר א לעזונג, אויך איז וויכטיג צו אנערקענען אז נישט יעדע לעזונג איז א פולקומע לעזונג, און אוודאי איז נישט יעדע לעזונג גרינג אויסצופירן.

קודם לאמיר אנהויבן וואס איז דער פראבלעם פארוואס זייער אסאך זענען נישט צופרידען מיט אונזער סיסטעם, לדעתי שטעקט די פראבלעם אין פארנאכלעסיגייט אין חינוך הבנים, ווי מיר פאלן דורך צו באוואפענען אונזערע קינדער מיט די נויטיגע מיטלן וויאזוי זיך צו ספראווען אין אזא שטורעמישע וועלט, וואס דאס זאגט אז די לעזונג ליגט דוקא אויך אין די חינוך הבנים, זיי צו געבן א עמאציענעל-געזונטע ערציאונג וואס זאל זיי באגלייטן דורכאויס זייערע ערוואקסענע יארן, ס'איז א געוואלדיגע טעות וואס מ'מיינט אז די פראבלעם ליגט און די אייגנארטיגע חרדישע פראקטיצירונגן אדער אמונה סיסטעם, ווי איך וועל שפעטער אויספירלעך מסביר זיין.

צום ערשט א קורצע הקדמה
וואס איז דאס אויטענטישע אידישקייט?  וועלכע סעקטור אין די ברייטע רעליגיעזן ספעקטרום שטעלט פאר אויטענטישע אידישקייט? די ענטפער אויף די פראגע איז אז קיין איינס איז נישט מער אויטענטיש ווי דאס צווייטע, אפילו היינטצייטיגע חסידיזם איז נישט אידענטיש צו חסידיזם ווען ס'האט זיך פארמירט, און איך וועל מסביר זיין וואס איך מיין, אט האט איר די צוויי הויפט דינאמאנאציעס, חרדיזם און מאדערניזם, ביידע פון זיי זענען נייע ערפינדונגן מיט א קאמבענאציע פון נייע פראקטעצירונגן און געוויכט אויף פארשידנארטיגע ווערדן און אידיאלן, דאס אלעס איז אויפגעקומען אין רעאקציע צו די סביבה און צייט אין וואס זיי האבן זיך געהאדעוועט, ווי ס'איז אנטשטאנען פארשידנארטיגע רעאקציעס.

אונזערע מקורות זענען אן אוצר פון פילפארביגע מיינונגן אויף יעדע טעמע אנטבלאנגטינג אידישקייט און וואס סיי חרדיזם און סיי מאדערניזם קענען געפונען אין איר שטיצע, ווייל כאמור זענען זיי אויסגעדרוקט געווארן אין פארשידענע צייטן און סביבות, ד.ה. אידישקייט האט אין זיך דער מענטשליכער עלעמענט אז זי איז פון אייביג אן באווירקט געווארן לויט די צייט אין סביבה וואס זי האט זיך געפונען.

ווי באקאנט, אין חסידיזם--וואס איז א באוועגונג אינערהאלב חרדיזם-- האט זיך אנטוויקלט פארשידענע ערליי טראדיציעס און פראקטיצירונגן, אפטמאל פראקטיש און פאלקסטימליך, צו די זעלבע צייט-- און דאס נעמט אריין גאנץ חרדיזם בכלליות-- האט זיך אנטוויקעלט אויך פארשידענע פראקטיצירונגן וואס זענען נישט אנטוויקעלט געווארן אפילו אידיאליש נאר פשוט און פראסט זיך אנטוויקעלט מכח פארנאכלעסיגקייט.

ס'איז באקאנט, אז בדרך כלל א מענטש'ס לעבנסשטייגער גייט אין איינקלאנג צו די סביבה און וואס ער איז האדאוועט זיך, און בדרך כלל איז מען עמאציענעל פארבינדן צו די לעבנסשטייגער מיט וואס מ'איז ערצויגן געווארן, און דאס אז ער זעהט אז ס'איז פארהאן אנדערע לעבנסשטייגערן און קולטורן דארף אים נישט צו ברענגן קיין שום פארלעגנהייטן און דילעמאס.

די פראבלעם פון "אומצופרידנהייט" הייבט זיך אן ווען א מענטש ווערט באקריוודעוועט פונעם סיסטעם אין וואס ער וואקסט אויף, ווען די לעבנסשטייגער גייט אין קעגנזאץ צו זיין עמאציאנאלע וואוילזיין, עס איז נישט קיין סוד אז די "פרעשור" וואס אונזער לעבנסשטייגער ברענגט מיט זיך מיט, קלאפט בעיקר אויס אין א פארנאכלעסיגונג אין חינוך הבנים, אין וואס אסאך קינדער פון אונזער געזעלשאפט באקומען נישט א געזונטע ערציאונג פון אריינברענגן אין זיי פאזיטיווע עמאציעס און זעלבסטזיכערקייט.

אט די פארנאכלעסיגקייט ווערט בייגעשטייערט פון מערערע פאקטארן, כשלעצמי, בין איך ביי די מיינונג אז איינע פון די וויכטיגסטע ביישטייערונגן צו אט דעם פראבלעם איז, דאס טוען לעבנס-קריטישע באשלוסן נישט ריכטיג דורכגעטראכט, ווצבש"פ די וועג וויאזוי מיר טוען שידוכים, די וועג וויאזוי מיר ברענגן אראפ קינדער אויף די וועלט אן די מינדעסטע פלאן וויאזוי דאס צו סופארטן, און בכלל די געלט שווענדעריי פאר זאכן וואס מיר טוען ווייל מיר האבן נישט די קאנפידענץ צו מאכן אייגענע באשלוסן אין מיר דארפן נאכטוען וואס אנדערע טוען.

חינוך הבנים איז נישט קיין מדע מדויק, עס איז נישט דא א "סעט אוו רוללס" וויאזוי זיך אומצוגיין אין חינוך וואס ארבעט פאר יעדן צוגלייך, חנוך לנער ע"פ דרכו, יעדעס קינד איז אנדרעש און יעדע סיטואציע איז אנדרעש, עס איז אבער יא דא פארשידענע צילן וואס די עלטערן דארפן האבן פאר די אויגן ביים ערציען די קינדער, אז זיי זאלן האבן אן עמאציענעל-געזונטע ערציאונג וואס זאל זיי אויך שפעטער באגלייטן דורכאויס זייערע ערוואקסענע יארן.
המשך יבא בעז"ה
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר