בלאט 1 פון 1

קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:47 am
דורך אדנירם
עס איז מיר א גרויס כבוד צו פרעזענטירן פאר אייך דעם ערשטן זשורנאל פון "דער וועקער" (סיון
תשע"ו), מעשי ידיהם להתפאר פון אונזערע באליבטע פריינט, די סאמע געלונגענסטע מוחות און בעסטע פעדער'ס פון 'קאווע שטיבל', און גראפירט דורכן גלגול חדש פונעם באקאנטן ארטיסט מר. פיקאסא שיחיה. ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט עס איז אריינגעגאנגען דערין, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם שיינעם זשורנאל "דער וועקער" אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה. אויך וועט אי"ה זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן א קאלירטן ביכל אויף עמעזאן, און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.

גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן וואס ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן ווייטער פאר וועם ער קען נאר, כדי דאס זאל האבן א הילכיגע ווידערקלאנג אין גאס.

מיר ווילן באזונדער קלאר מאכן, אז וויבאלד דאס איז נישט קיין ריזן אויסגאבע ווי 'פה סח', 'פרי עט הדר', און דאס גלייכן, האבן מיר ספעציעל אויסגעשטעלט די סייז גרויסקייט דערפון אז ס'זאל ווערן ארויסגע'פרינט'עט ווי א ביכל [BOOKLET], און נישט אויפן רעגולערן אופן וואס וועט נישט אויסזען גוט (אין קומענדיגן תגובה וועט איר טרעפן דעטאלירטע הדרכה וויאזוי ארויסצופרינטן דעם בוקלעט).


ליינט און האט הנאה!


ווי עס וואונטשט,
אייער פריינט - אדנירם