אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)

שליחה דורך רימון »

ווען "שומרים" איז געגרינדעט געווארן, זענען געווען כמה ערליכע אידן וואס האבן געקוקט דערויף מיט א בייז אויג, ארויפברענגענדיג פארשידענע לעגיטימע און אומלעגיטימע טענות קעגן איר צוקונפט. פילע רבנים האבן זיך גענצליך מתנגד געווען צום געדאנק. אפנים נישט פאר אלעמען האט געשמעקט א חרד'ישע אויטאנאמיע, און דאס נעמען דאס געזעץ אין דער האנט אריין. א שטייגער ווי רבי הערשעלע ספינקער זצ"ל, וואס האט געזען אין דעם זיך הייבן-דעם-קאפ אן אפנויג פון דעם כאראקטער פונעם גלות-איד.

אנדערע האבן מורא געהאט פון די נאכפאלגן: פון אויפרעגן דעם גוי; פון יונגעלייט זיך דרייען שפעט ביינאכט אין די גאסן און טון נאכקוקן יעדן עובר ושב; פון נאכלויפן גוים און גוי'טעס; פון מאכט וואס קארופטירט; פון אלע פראבלעמען וואס קענען מיטגעקומען מיט א שומרים סטיל ארגאניזאציע.
דער עקסטרעמער רבי משה בער בעק, האט זאגאר געשריבן א גאנצן קונטרס "שוא שקד שומר", וואס האט פינגער-געטייטלט מיט אן א צאל טענות קעגן שומרים - ציונות דערונטער. טייל פון זיינע שווארצע נביאות'ער האבן זיך איראניש ארויסגעשטעלט צו זיין וואר און היפש צום פינטל.
נויט ברעכט אבער אייזן. דאס נויטווענדיקייט פון שוץ אין א פארברעכן-געפלאגטע עפאכע ווי די זיבעציגער און אכציגער יארן, ווען וויליאמסבורג האט זיך ביטערליך געמוטשעט מיט גניבות און רויבערייען, האט צושטאנד געברענגט איר עקזיסטענץ דעמאלט, און דורכאויס די לעצטע דרייסיג יאר.

געווען גוטע צייטן ווען מ'האט געקענט אנ'מקל'ן א גוי עד כדי להמית ועד בכלל, אדער סתם אזוי צו'מזיק'ן אין בעסערע פעלער, און עס איז דורכגעגאנגען אן א מוק. מ'האט זיך שוין "אנייצע" געגעבן. מ'האט געוואוסט וועמען צו לעקן, און וועלכע רעדער צו שמירן אז דער באן זאל פארן געשמירט.

געווען גוטע צייטן ווען טאמער א שרצ'ל האט אין א שוואכע מינוט גע'לקח'נט א ביג-וויל, סקוטער, אדער שייגעץ-בייק, האט דאס געמיינט אז מ'דארף אים פירן אין שייטער-הויפן.

געווען גוטע זמנים ווען די רבני'שע קערפערשאפט אינאיינעם מיטן דעת הקהל, האט געשטיצט דעם געדאנק פון אן אייגענעם פאליצייאישן קראפט. צופיל אידן זענען אויפגעשטאנען צופרי און נישט געטראפן די לייכטערס אויפ'ן דיינינג-רום טיש. פון צופיל פרויען איז אראפגעכאפט געווארן די צירונג אינמיטן די גאס, און צופיל אידן האבן געהאט גרויסע געלט שאדן צוליב גניבה און פארברעכן.

א שומרים ארגאניזאציע האט אויסגעזען ווי א מלאך המושיע און האט ווירקליך געהאלפן אין יענע צייטן שיקן די פארברעכער צו אנדערע געגנטער – אדער אזוי פארציילט די לעגענדע.

*

עס איז אבער היינט אנדערע צייטן. דער זייגער האט זיך א דריי געטון. נישט די זעלבע וואסערן פליסן איבערן האדסאן. קיינער ראבעוועט נישט און קיינער פארגוואלטיגט נישט קיין פרויען. אויסער א האקן-קרייץ דא און דארט, שטייען פארברעכן-ראטעס איבער ניו יארק סיטי - ווי איבעראל אין די פאראייניגטע שטאטן - ביי היסטאריש נידעריגע ציפערן. וואס עס איז אמאל געווען א געברויך, איז היינט אומנויטיג.

די פארברעכן ראטע אין די היימישע געגנטער זענען בערך די זעלבע ווי סיי וואספארא בעסערע געגנט באוואוינט מיט מיטל קלאס קינדער געבענטשטע פאמיליעס. דאס ברענגט צו דער מסקנא אז שומרים איז איבעריג. עס פעלט מער נישט אויס א פאראיין מיט א פאליציי-סטיל גאנג.

טאמער א קינד ווערט פארלוירן זאל מען רופן די פאליציי. אויף אפצושפארן א גאס פאר הכנסת ספר תורה דארף מען נישט קיין שלעגערס. עס וואלט קיינעם געארט ווען "חברים" נעמט איבער די מצוה. און נאכלויפן גוים ביי "כאפצעמס"? ביטע, ס'פעלט נישט אויס! ס'איז אייגנטליך בעסער אז נישט! עס קען זיך גרעניצן מיט פיקוח נפש, ווי עס האט זיך אויסגעוויזן א פאל אין בארא פארק מיט עטליכע יאר צוריק.

א לעצטיגע ארטיקל אין די ניו יארק טיימס פארציילט די געשיכטע און דעטאלן, וואס ברענגט ווידער נישט קיין איבעריגע שטאלץ פאר שומרים. די קורצע מעשה איז, אז די פיר שומרים מיטגלידער זענען געשאסן געווארן נאכלויפנדיג א מאן וואס איז שפעטער געטראפן געווארן אומשולדיג. א זשורי האט אים באפרייעט פון מארד קלאגעס, זאגנדיג אז זיין אקט איז געווען פשוט'ע זעלבסט פארטיידיגונג.

אז שומרים איז צופיל אין די נייעס, און נישט אין קיין גינסטיגן בליק, מאכט עס מיך טראכטן אז די ווינטן וואס בלאזן אויף די גאס פארדייען מער נישט דעם געוואוקס. אז שומרים ציט קאנטראווערסיע רעכטס און לינקס, מאכט עס מיר קלערן צי עס איז נישט יצא שכרו בהפסדו. אז זי איז פארוויקלט אין אן אינערליכע פאליטיק מיט אן ענליך-סטיל ארגאניזאציע - 'שמירה', ברענגט עס מיר א הוה אמינא צי אפשר זענען זיי ביידע, די אלטע און די נייע, נישט צופיל א תועלת פארן כלל - וואס דער חילוק פון דם און צפרדע?

אין וויליאמסבורג האט מען זיך מיאוס אנגעליטן מיט דעם איבערפאל אויף א יוגנטליכן, וועמען עטליכע שומרים מיטגלידער האבן פערמאנאנט בלינד געמאכט אויפ'ן רעכטן אויג, און האט געברענגט געריכטליכע קלאגעס וואס זענען נאכאלס נישט גענצליך דעצידירט געווארן. אזא געשיכטע ווייזט אויף געפערליכע אומקאמפעטענץ, אומ'אחריות און זינלאזקייט, און ברענגט אן אפשיי צום גאנצן עקזיסטענץ פון שומרים.

אין בארא פארק ליידט מען זיך אן פון א וואפן-האנדלעריי קאנטראווערסיע, וואס טראצדעם וואס דאס איז דער שולד פון א יחיד, איז עס אבער א דירעקטער גורם פון א שומרים-אטמאספערע, און אומגעזונטע באציאונגען מיט אפיציעלע באאמטע. אין באלטימאר איז א שומרים מיטגליד געפינען געווארן שולדיג אויף מיסבאהאנדלונגען, און געקריגן דריי יאר פראבעישאן. אין קראונהייטס איז שומרים אין שטענדיגן געפעכט מיט די שווארצע געמיינדע, און האט שוין אנגעברענגט אן א שיעור קריגערייען און פראבלעמען, און די פאלגן פון א קראנקע תתוודע לרשות'דיגע גייסט קען נישט בעסער אילוסטרירט ווערן ווי די לעצטיגע פארשעמנדע געשיכטע, אז א יונגערמאן זאל דינגען א שמוציאנקע פאר פאליציי דינסט, וד"ל.

דער פאקט איז, אז א שומרים מאדעל ארבעט מער נישט. פון די העכסטע ראנגען אינערהאלב די פאליציי פליען קעפ וואס ווייזט אז ס'עקזיסטירט מער נישט קיין "לעקן", קיין פראטעקציע, קיין מאכערס און שוויצערס. ס'איז א דורכזיכטיגע וועלט, און די זון שטראלן דערגרייכן איבעראל.

אז מ'קלערט אריין זענען אונזערע ריכטיגע פארברעכן-פראבלעמען מער נישט קיין "כאפצעמס", נאר ענדערש מחניך'דיגע, מכם ובכם, אייגענע פראבלעמען, א שטייגער ווי טשעפען קינדער. און וואס טוט שומרים דערצו אויסער שטיין אין וועג?

שומרים קריגט גרענטס פון די רעגירונג יאר יערליך. וואו די געלט קומט אן איז א פרשה פאר זיך, עי' ערך געט-עי-קאר, און איז נישט יעצט דער שמועס. אבער איין מינוט! די טיימס פארציילט, אז סענאטאר פעלדער האט ארלעדיגט דריי הונדערט טויזנט דאלאר פאר א קאמענד צענטער. א מאביל וואס זאמלט שטויב און ווערט כמעט נישט באנוצט, אויסער ביי די יערליכע שומרים קארניוועל. אפשר קען דאס געלט גיין פאר וויכטיגערע און קריטישערע צוועקן פאר די געברויכן פון די קאמיוניטי?

מיר זענען גענוג פארשעמט, מיר האבן גענוג פוטער אויפ'ן נאז, מ'קוקט אונז גענוג נאך. מיר זוכן נישט קיין איבעריגע אטענציע און אטראקאציע. אז עס שטינקט איבערן קאפ, מאכט מיר עס שפעקולירן אויב ס'איז שוין צייט צו לייגן שלאס און ריגל, און שליסן די טויערן פון דער ארגאניזאציע פאר אייביג.

אפשר איז די העכסטע צייט אז די "בעקערי בויס", זאל צוריקגיין דעליווערן ברויט. כלל ישראל איז אייך דאנקבאר פאר די איבערמידליכע ארבעט די לעצטע עטליכע און דרייסיג יאר, אבער עת לסגור, אולי איז געקומען די צייט אפצושפארן אן ארגאניזאציע וואס אירע סערוויסעס זענען אוט-דעיטעד, אומרעלעוואנט, געפארפול ביז גאר, און ברענגען מער איבלען און קאפ וויי ווי הילף.

דער אשכול פארמאגט 83 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר