למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 2:27 pm

למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד


פון: קטלא קניא


פאַר נישט לאַנג האָב איך ערגעץ וואו געלייענט אַ סברא פאַרוואָס חסידים שטיצן טראָמפּ ווייל זיי זענען צוגעוואוינט צו אַן אויטאָריטאַרישע פיגור ווי אַ רבי, און ממילא גלייכן זיי ווען דאָס חזר'ט זיך איבער אויף דער נאַציאָנאַלער בינע.

אין אמת'ן זענען נישט אַלע חסידים טראָמפּ שטיצער, און צווישן פרומע אידן זענען אויך חסידים נישט די איינציגסטע וואָס שטיצן אים שטאַרק. עס קען זיין אַז ישיבישע/ליטווישע אידן שטיצן אים איבער זיין שנאה צו ליבעראַלע ווערדן, ווי דער "טאַבלעט" מאַגאַזין האָט געמאָלדן, און מען זעט טאַקע אַז זייער אידעאַליסטישער שטאַנדפּונקט אין "יתד נאמן" האָט נישט קיין פאַרגלייך אין דער מער פילצאָליגע חסידישע פּרעסע. חסידים זענען אַלגעמיין נישט איבער אידעאַלאָגיש און זיי זענען שטאַרק גורס לא המדרש העיקר אלא המעשה. אַז איינער וויל בויען אַ וואַנט און דער אַנדערער רעדט פון אידעאַלן ווי "ואהבת את הגר" פאַרשטייען מיר אַלע וואו די חסידישע גאַס לויפט. זייט אונזערע ערשטע יאָרן אין גלות אַמעריקע גלייכן מיר אַ כאַפּצעם איבער קהילה'ישע פּאָליצירונג, און "סטאָפּ און פריסק" האָט אויך אַ היימישער קלינג דערצו.

דאָס פאַרענטפערט אָבער נאָך נישט פאַרוואָס מיר זאָלן זיך פאַר'כּישופ'ן אין אַ מוילמאַכער ווי טראָמפּ, און לעניות דעתי איז עס אַן אומפאַרשטייעניש צו חסידים עס צו פאַרבינדן מיט אמונת צדיקים. חסידים גלייבן טאַקע אין אַ רבי צו טאַנצן אויף זיינע אייניקלעכ'ס חתונות, צו שיקן זייערע קינדער אין זיינע מוסדות, זיך צו שאָקלען ביי זיינע טישן און פון אים בעטן רפואות ישועות און נחמות, אָבער נישט אים צו טרויען מיט עקזעקיוטיווע מאַכטן ווי אַ פּרעזידענט. דאָס איז נישט צו זאָגן אַז אַ רבי האָט נישט קיין מאַכט. פון זיין קדשי קדשים קאָנטראָלירט ער די וויכטיגע פּאָסטענס אין זיינע קהילות די בכל אתר ואתר, זיינע קינדער ווערן דיינים און איידעמער ראשי ישיבות און זיינע יוצר משרתים ואשר משרתיו ווערן רייך פון אויסטיילן זייערע טובות הנאה. ממילא קען מען נישט לייקענען אַז להם הכוח והגדולה. ביים רבין אין הויף איז בלויז ער אַליין דער בעל הבית, על פיו יושק כל דבר ומי יאמר לו מה יעשה?

זייער מאַכט ליגט אָבער נישט אין דעם וואָס זיי פאַרמאָגן אייגנקייטן ווי טראָמפּ. רבי'ס זענען כמעט נישט דעמאַגאָגן. מיסטיש און גייסטעריש אוודאי, און אַז נישט מאַכן זיי כאָטש דעם אָנשטעל, נאָר ווי פּאָפּולער זיי זאָלן נישט זיין זענען זיי זעלטן פּאָפּוליסטיש. מען זעט בפירוש אויף יו־טיוב ווי גרויסע בעלנים זיי זענען צו טאַנצן, און דאָך הייבט זיך דער עולם ווען קוים זיי רירן אַ פּולקע. דער עולם זוכט ביי זיי אַמאָל אַן עצה אויף אַ מסחר, אַ וואַרעמער ניגון מהיכי תיתי, אָבער נישט פאָליטישע אָדער פּראַקטישע לעזונגען וואָס איז גורם נשיאת חן בעיני העם.

די רבי'ס זענען אויך כמעט נישט באַרימטע רעדנערס אדער זינגערס. בדרך כלל זידלען זיי נישט און שרייען נישט אויסער אַז זיי פאַרקרעכצן זיך אויף שכינתא בגלותא אָדער אויף די נסיונות פון סמאַרטפאָנס. עס ווייזט זיך כסדר אַז ווי מער מאָדנע די הנהגות זענען, איז עס אַלץ מער מסוגל צו הייסן אַ קדוש און בשנותו את טעמו ביי די חנוכה ליכט צי ווען ווערט מען באַלד אַ קדוש וטהור. אַז ער שעפּשעט ווען מען דאַרף רעדן אָדער ברומט ווען מען דאַרף זינגען האָט עס מיט מלאכים צו טון, און אַז ער רעדט זאַצן וואָס קלעבן קוים איז עס ממש שכינה מדברת מתוך גרונו.


נו, און אַז נישט דער רבי, פרעגט זיך איז וואָס יאָ? מה ענין טראָמפּ אצל הר סיני? איז אַזוי. ראשית כּל האָט ער אַ פּיסק און צו דעם דאַרף מען פאַרשטיין דעם פּיסק-כאַראַקטער. דעם פּיסק וועט איר טרעפן אין מקווה, אין קאַווע שטיבל, אויף דער גאַס, ביי אַ זכר, און וואו נאָר כּלל ישראל נעמט זיך צאַם. ער איז נישט אַ פאָרמעלער בעל דרשן און נישט אַ גרויסער דענקער אָבער דאָך האָבן פון אים מורא די הויכע שטערנס. אַמאָל וועט איר אים טרעפן אין בית־דין שטוב אַלס טוען, און אפילו די רבנים באַהאַלטן זיך פון אים. ער שרייט און ער זידלט. אים קען מען נישט אָפּווענדן ווייל ער רעדט אַזוי שנעל און הויך אַז מען קען נישט אַריינ'גנב'ן אַ וואָרט.

דער פּיסק רעדט נישט פון סברות און אידייען. ביים פּיסק איז יעדער אָדער אַ גנב און אַ שווינדלער, אָדער אַ חד בדרא און נאָך אַ משה רבינו. ער געווינט נישט מיט לאָגיק און סברות נאָר מיט דער שעפערישקייט פון זיינע אַבסורדן און נישט געשטויגענע טענות. זיין העזה פרירט איין דער קאָרטעקס, און אָדער שפּירט מען אַ קורת רוח אַז ער וואַגט זיך צו זאָגן וואָס אַנדערע האָבן מורא צו טראַכטן, אָדער ברענגט ער אויף אַ כעס פון הילפלאָזיקייט אַז מען קען אים נישט משתיק זיין.

דער פּיסק איז אָפט אַ "לוזער" פון דער ערשטער קלאַס. מענטשן האָבן פון אים הנאה ווען ער צילט נישט אין זייערע ריכטונג, אָבער אויך היטן זיי זיך נישט אַריינצופאַלן אין זיין מויל. ווען מען רעדט פון דעם פּיסק איז עס מיט אַ רחמנות'דיגן דרך־ארץ פון אַ טאַלאַנטפולן מענטש וואָס קומט אין ערגעץ נישט אָן. קיין מאַכט און אחריות וועט מען פאַרן פּיסק נישט געבן ווייל קיינער וועט אים נישט געטרויען און קיינער וועט זיך מיט אים נישט פאַרטראָגן.


טראָמפּ איז אָבער אַ זעלטענער פּיסק. נישט נאָר פאַרמאָגט ער אַ פּיסק אויף שרויפן, נאָר אויך איז ער אַ גרויסער עושר און נאָך דערצו פון ריעל עסטעיט. חסידים ואנשי מעשה קלעבן זיך צו חומר ולבנים, און אין טראָמפּ האָבן זיי געפונען אַן אומר ועושה. טראָמפּ איז אויך נישט סתם אַ סוחר פון בתים. טראָמפּ בויט אַליין געביידעס, און ווער קען דען נאָך אַזוי בויען ווי חסידים? פּונקט ווי חסידים, דאַרף טראָמפּ אויך האָבן אַ מעכטיגע געביידע וואו עס איז דאָ אַ ציבור מענטשן, און פונקט ווי חסידים מוז עס שרייען איבער די אַרומיגע פינף בלאָקס אין גאָלדענע אותיות בנשיאות דעם רבי'ן שליט"א. און ווי ביי די רבי'ס, בויעט ער נישט אַליין די בנינים מיט זיין אייגן געלט. אַנדערע מוזן געפונען די ממתקים, אָבער זיין נאָמען גייט אויפן קידוש לבנה שילד.

טראָמפּ איז נישט בלויז אַ מבין אויף בויען. ער האָט אויך אַ טעם אין דעקאָראַציע, און זיין טעם ענדלט עטוואָס אין אונזערע -- כאָטש ער שטייגט אונז איבער כפלי כפליים. זיינע לוסטרעס זענען אַזוי ברייט ווי די לוסטערס פון בעלז און סאַטמאַר אינאיינעם. מאַרמאָרשטיין אין טראָמפּ'ס באַדע צימערן מאַכן די ווענט פון אונזערע שטיבלעך און שולן כקליפת השום. דער זילבער שאַנק פון אונזערע זיסטע חלומות האָט טראָמפּ פופצן מאָל אַזוי גרויס, נאָר פון זהב טהור.

טראָמפּ איז ווי אונזערע רבי'ס און רביצינס און חסידים חלומ'ען זיך צו זיין. אונזערע רבי'ס פאָרן היינטצוטאָג מיט פּריוואַטע פליגערס געשנאָרעט פון אַ מגולח וואָס גלוסט זיך אַ חלק אין דעם רבינ'ס עולם הבא, אָדער זיי דינגען זיך אויס דריי פערטל ערשטע קלאַס אַז זיי זאָלן חלילה זיך נישט אָנזען מיט אַן אשה. טראָמפּ איז אָבער אַ בעל הבית אויף זיין אייגענעם עראָפּלאַן און ער איז אַ רוכב בערבות צו אַן אבן הפּינה, אַ חנוכת הבית, להברות את גופו הטהור, אָדער אפילו צו מאַכן ברכת החמה אויף אַ יום המעונן. זיין ביתו נאוה קודש האָט נישט בלויז אַ מקוה נאָר עס איז אַ יאַכטע שלשים אמה רחבו. וואָס ווייסן די רבי'לעך וואָס וואונטשן זיך נעבעך אָנצוקומען קיין מירון מיט אַ העליקאָפּטער? ווען טראָמפּ איז אַ רבי וואָלט ער אַזוי אָנגעקומען צו יעדער מנחה מעריב. מי לנו גדול ווי איינער פון די רשכבה"גן בדורנו וואס האָט זיך פורים אָנגעטרונקן, און אַז נכנס יין יצא סוד האָט ער געוואונטשן מיר זאָלן זיין רייך ווי טראָמפּ. ביל געיטס איז פאַר אים צו ראַפינירט, אָבער אין טראָמפּ האָט ער געפונען תורה וגדולה במקום אחד.

לאָמיר זיך נישט נאַרן -- טראָמפּ איז אונז. ער איז אונזער מאָדעל פון עשירות מיט אַ פּיסק. ביי אים זענען אמת ושקר משתמשים בערבוביא, ער פייפט זיך אָן פון קאָנסטיטוציעס, פון געזעצן און פון ריכטער, ער זאָגט צו נדרים ונדבות און ווייזט קיינעם נישט די ביכער, מען איז חושד אַז ער האָט מער חובות ווי מוסדות, אים דאַכט זיך אַז הויכע ווענט ברענגען אַ ישועה, אַז די פרעסע קריטיקירט אים איז עס ווייל מען האָט אים פיינט, אַז מען אַטאַקירט אים רעדט ער פאַר פייער און וואַסער, און ווען ס'איז כלו כל הקיצים, ערלעדיגט ער אַז זיינע שווענץ זאָלן אָנ'מקל'ען די מתנגדים. מיט דאָס אַלעס קען ער דאָך נישט עפּעס אַנדערש זיין ווי פון די תלמידי בעל שם. און אַז ער רעדט נישט צו דער זאַך איז ער הערשט פאַרדעם אַ קדוש מרחם, און מיר האַלטן זיך פעסט מיט אמונה פשוטה.

אָבער אעפ"כ אין מקרא יוצא מידי פשוטו, און עס קען גאָר זיין אַ פשוט'ער פשט: אונזער הויט איז ווייס און מיר זענען נישט קאַלעדזש-געבילדעט, און פון דאָרט ציט טראָמפּ זיין חיונה. וכמאמר החכם, אַזוי ווי עס קריסטלט זיך אַזוי אידלט זיך.


#טרויעריג.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15835 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אקטאבער 23, 2016 8:46 am

זייער גיט ארויסגעברענגט איין סברא פארוואס חסידים טאנצן אויף טראמפס פארענטשע און כדרכו בקודש זעהט מען אויף יעדע ווארט פונעם ארטיקל קטלא׳ס פינגער אפדרוקן מיט זיין רייכע און מליצה׳דיגע שפראך וואס איז שווער צוטרעפן נאך אזאנס אין אונזער דור דעה, אבער לאמיר לייגן אלע וויצן אין די זייט, די סיבה פארוואס היינטיגע חסידים זעהן אויג צו אויג מיט די קריסטליכע קאנסערוועטיווען ווייל זיי האבן די זעלבע רעליגעזע שטאנדפוקטן און ווידרדן ווי די קריסטן להבדיל, און זייער געטריבנע אגענדעס ווי אבאראושען, בירט קאנטראל, סטעמפ צעל ריסערוטש, הומאסעקסיואלס, ליגעלייזן מאריכוורנא, ועוד ועוד, און שטייצעך ביידע זענען גרויסע פאטריאטן פאר די אידישע מדינה וואס לויט די קריסטן וועט יוזעל אויפשטיין תחיית המתים נאר נאכדעם וואס אלע אידן וועלן וואוינען אין די הייליג לאנד.

הגם טראמפ אליינס איז ווייט פון א קריסט זעלבסט ווי איידער א אפערטוניסט איז ער דאך זייער פארטרעטער ווילאנג ער בארעדט און באשמיצט די לינקע מיט זיינע גרויסע טיפע חידושים , דעס אליינס איז גענוג פאר די רעכטע שמאלע קעפ, מ׳דארף נישט זייי גרויסער חכם צו פארקויפן לאקשן פאר מענשטען וואס גלייבן נישט אין קיין סייענס (אפילו זיי נוצן יעדע מעדעצין און טעכענעלאגיע וואס קומט דערפון),מענשטען וואס זענען נישט עדיוקעטיעט און נישט געבילדעט איז אזא פרומע מארמאן ווי גלען בעק א גאנצע מאן דהוא, און אזא צווריידטער ביגאט ווי ראוש לימבא ממש א גאון הגאונים.

אלזא פאר אלע אידן וואס שרייבן אויף אין גראסערי און אין פיש געשעפט און קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די טייערע ניו יארקע רענט שטיצן אויטמאטיש א פארטיי וואס ווען זיי וואלטן געקענט וואלטן זיי אנגעטוישט אלע פוד סטעמפס און בענעפיטס וואס די ארימע באקומען פאר נאך אפאר טאנקן פאר די אמעריקענע ארמיי ווייל לויט ווי איר ווייסט דאך אלע שטייט אייסעס ביי די אמעריקאנע טויערן און ס׳וועט נישט נעמען צו לאנג און די צוואנציג טויזענט יונגען מיט זייערע קעמעלעך וועלן איבערנעמן אמעריקע מיט א פן ירבה, און היות אמעריקע האט נאר 200 מילטערישע באזעס ארום די גאנצע וועלט און גענוג ארטילערי חרוב צו מאכן די גאנצע מיליקי וועי גאלאקסי פלאס רוסלאנד, אלזא זענען די רעכטע און די אומגעלערנטע קאנווינסט אז דער טראמפ וועט זיין די ריכטיגע ישועה פאר אמעריקא און צוריק נעמען די מאכט פון די ליבעראלען וואס האבן איינגעפירט ״סדום געזעצן״ ווי למשל הומאס זאלן מעגן חתונה האבן איינער מיטן צווייטן, און אז מ׳וועט דארפן מאכן אן אבאראושן וועט מען דארפן דרייווען טויזענט מייל ארויף דעם בארג צו די ליבעראלע קאנאדא.
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6425
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3857 מאל

הודעהדורך ודי למבין » זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:36 pm

נאך א סיבה וואס איך טראכט איז פשוט ווייל ביידע לייקענען פאקטן און סייענס. טראמפ די סייענטיפיק פאולס און חסידים אלע אנדערע סייענס...
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 903 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 468 מאל

הודעהדורך פידלער » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:23 am

ודי למבין האט געשריבן:נאך א סיבה וואס איך טראכט איז פשוט ווייל ביידע לייקענען פאקטן און סייענס. טראמפ די סייענטיפיק פאולס און חסידים אלע אנדערע סייענס...


איך זע נישט אז די אונטערשייד צום סוף זאל אויספעלן. טראמפ לייקענט אויך אלע אנדערע סייענס. Climate change, global warming, even the effectiveness of vaccinations...
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 624 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:43 am

שש משזר: אזא ארטיקל ווי דו האסט דא אראפגעלייגט מוז מען לייקן., איינמאל איז נישט גענוג. נאר איך ווייס נישט ווער ס'האט געשריבן דאס ארטיקל. דו אדער קטלא קניא. אויב דו האסט עס געשריבן, ביסטו חוץ אלע אנדערע מעלות טובות שמנו חכמים. מאן חכמים חכמי ה'קאווע שטיבל, נאך אן עניוו אויכעט .
נאר פון איין סאבדזשעקט האסטו נישט גערעדט. פון זיין כל מקדש שביעי.....................און אויב דער אריגינאלער קטלא קניא האט עס געשריבן ביסטו, זאלסט מיר אנטשולדיגן א פלאגיאריזירער.(אפשר פון די שטאט פינסק.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14397
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9418 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:46 am

שש משזר: אנטשולדיג מיר. די שורות האבן זיך מיר פארמישט אין מיין פריערדיגע תגובה. און איך קען עס נישט פאררעכטן. ס'איז אן ענין פון מעוות לא יוכל לתקון...! דו וועסט מוזן אליינס לערנען פשט אין מיינע דברי טוירעה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14397
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9418 מאל

Re: למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

הודעהדורך מי אני » מאנטאג פעברואר 17, 2020 4:49 pm

viewtopic.php?p=443052#p443052

מ׳האלט דאך נישט אזוי ווייט פון נאכאמאל עלעקשאנס וואו ער לויפט נאכאמאל, און לכאורה האט זיך קיין סאך נישט געטוישט בנוגע היחס בין החסידים לטראמפ.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1607 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 18, 2020 9:15 am

.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2112
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2665 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 18, 2020 9:35 am

די פראגע פארוואס חסידים גלייכן טראמפ, איז אייגענטליך א שטארקע פראגע וואס עגבערט פאר א סאך מענטשען.

טראדיציאל, האבן אידן אין די פאראייניגטע שטאטן זיך אלעמאל אנגעהערט צו די דעמאקראטישער פארטיי. דער אורזאך דערפון איז נעמליך צוליב דעם, ווייל א טייל פון די ווירדן און אידיאלען פון די דאמאקראטן ענדלען אין א געוויסע זין צו די אידישע. אידן און דעמאקראטן צו גלייך - האבן א זייער א שטארקער געפיל צו אימיגראנטן און עטענישע ראסן, ביידע נעמען זיך שטענדיג אן פאר באקריוועטע אין נויט און זיי וועלן אלעמאל העלפן נויטבאדערפטיגטע אין געברויך. אפילו ווען די דאמאקראטן האבן זיך אנגעהויבן צו טינקן אין אלערליי אומאראלישע שמוץ, א זאך וואס האט זעלבסטפארשטענדליך זייער נישט געשמעקט פאר אידן, ווארום אידן זענען דאך אין א איידל און הייליג פאלק, פארט האט דאס נישט באוואויגן פאר אידן איבערצולאזן די פארטיי צו וועלכע זיי האבן זיך געטריי צוגעהאלטן פאר לאנגע גענעראציעס. אבער ווען בייזע ווינטן פון אפענע אנטיסמיטיזים האבן זיך גענומען בושעווען אין די דעמאקרטישער פארטיי, הויפטזעכליך צוליב די פאלעסטינע און די מדינת ישראל קאנפליקט, האבן שוין יא מערע אידן גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די האנד און פארלאזט די פארטיי פאר גוט.

דאן איז האט אויפגעשיינט די שטערן פון דאנאלד טראמפ. עס איז נישט קיין שום צווייפל ביי קיינעם אז דער פרעזידענט איז פון די קאָנטראָווערסיאַלסטע פיגורן וועלכע האבן נאר אמאל געשפילט א ראלע אין אמעריקאנער פאליטיק. יעדער געטרייער איד וועלכע פארמאגט ג-ט אין הארצן וואלט זיך ווען געברויכט אפשאקלן מיט אפשיי פון אזא סארט פיגור ווי טראמפ, אבער צום גרויס וואונדער איז געשען פונקט קאפויער. און די פראגע איז פארוואס?

דאס ענין קען פילייכט זיין אזוי:

וואו אימער מען בלעטערט נאר אינעם תנ''ך, שטויסט מען זיך נאכאנאנד אן מיט אזעלכע נאבאלע ווירדן ווי צדק, יושר, און משפט. גערעכטיקייט און גלייכקייט זענען געווען אלעמאל געווען פון די פונדאַמענטאלע ווירדן וואס די הייליגע נביאים האבן אומאויפהערליך געפאדערט און געמאנט פונעם אידישען נאציאנאן. זייער פייערדיגע רייד האבן דורכגעדרונגען די הערצער פון די אידן, און דאס האט ווארשיינליך אויסגעפארעמט דאס גייסט פונעם אידישן פאלק אויף שטענדיג. דער הארץ און מוח פון א איד ווערט אויפגעשטורמט ביז גאר ווען היפאקריטישע אומרעכטן ווערן באגאנגען קעגן איינעם, זייער איינגעבאקענעם אידיאל פון זיך אנצונעמען פאר א באקריוועטער ווערט דאן אויפגעפלאקערט אין זייערע הערצער, אפילו ווען עס האנדלט זיך פון אזא סארט בר נש ווי פרעזידענט טראמפ.

נאך איידער טראמפ איז אריינגעשוואוירען געווארן אין אמט אלס פרעזידענט, האבן די דאמאקראטן שוין דעקלערט א זשיהאד קעגן אים. זיי האבן הייס פארשפראכן אז זיי וועלן אנווענדן אלערליי מיטלן אים צו שטערן אויף טריט און שריט, אפגעזען אז דאס וועט אריינווארפן דאס לאנד אין כאאס. זייער ווילדער משוגענע פיינטשאפט וואס זיי פארמאגן צו אים שטייט ביי זיי פיל העכער ווי די אינטערעסן פונעם לאנד. דאס פאקט אז ער איז געזצליך ערוועלט געווארן דורך די אמעריקאנע באפעלקערונג אלס זייער פרעזידענט מאכט נישט אויס ביי זיי. און ווי נאר ער איז ווירקליך איינגעשוואוירען געווארן, האבן די רדיפות און רשעות זיך באלד אנגעהויבן אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. און עס האלט נאך אן מיט א שטארקייט ביז צום היינטיגן טאג.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט די רוסישע קאנספיראציע. די העכסטע שישקעס אינעם יוסטיץ מיניסטעריום האבן לויט אנווייזונגן פון די העכסטע שישקעס פון די אבאמא אדמיניסטראציע, קאנספירירט אין געהיים צו פארעמען דעם אמעריקאנער פרעזידענט אלס אן אנגעבליכער רוסישער שפיאן. די פאסקודניאקעס האבן גלייך פון אנהייב גוט געוויסט אז דאס איז בלויז א הויפן פון הוילע שטירן אפפאל, פארט האט דאס זיי נישט אפגעהאלטן אנצוגיין מיט זייערע ענדלאזע אויספארשונגן, נעמליך, זיי האבן מיט גרויס רשעות געהאפט אז מיטן נאכאנד פארשן די נאנטע מענטשן צום פרעזידענט וועלן זיי ענווענטועל געשטרויכעלט ווערן מיט ליגנד זאגן פאר די עף.בי.איי. אדער פאר קאנגרעס, ווי ס'האט טאקע ווירקליך פאסירט. און אויב איז דאס נישט גענוג געווען, האבן די דאזיגע רשעים אויך באשלאסן זיי צו פאראורטיילן מיט די הארבסטע טירמע טערמינען וואס עס איז נאר שייך לויטן געזעץ... און ווען דער יוסטיץ מיניסטער באר דרוקט אויס זיין אנטריסטונג אויף זייער פרעכע רשעות, האבן זיי נאך די פרעכהייט צו רופן פאר זיין באלדיגע רעזיגנאציע...
ווען די רוסישע קאנספיראציע איז נאך צוויי יאר געגאנגן קראכן, האט באלד נאכגעפאלגט די אימפישטמענט חאזעריי... וועלכע האט זיך אייגענטליך גוט אויסגעלאזט.

חסידים קוקן זיך צו מיט אפשיי צו די אומאויפהערליכע רשעות, די געמיינע טעטיקייטן, די האר אויפשטעלדע היפאקריטיע פון די דעמאקראטן, און עס רופט זיי ארויס ביי בלוט. אין רעזולטאט האבן זיי באקומען א שטארקע געפיל צום פרעזידענט. אין אנדערע ווערטער ווען די דעמאקראטן וואלטן נישט אנגעגאנגען מיט זייער אויסטרלישע רשעות וואלט ווארשיינליך קיין איין חסיד ווען נישט געשטימט פאר אזא מאן ווי דאנאנלד טראמפ.... כנלע''נ.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2112
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2665 מאל

למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

הודעהדורך מי אני » דינסטאג פעברואר 18, 2020 1:38 pm

אויסצוקלארען, די היפאטעזיע מוז אננעמען אפאר פונקטן/הנחות/פרעמיסעס:

1). אז מ׳האט שוין געזעהן אז מ׳רודפ׳ט אים נאך פון פאר ער איז געווארן פרעזידענט; פון ווען ער האט אנאנסירט זיין קאנדידאטור (ווייל פון בערך דעמאלטס גייען די חסידים מיט מיט אים). דאס איז טאקע משמע אינ׳ם תגובה.

2). אז נאר די סארט אידן [חסידים או עכ״פ פרומע] וואס זענען שטארק דבוק אינ׳ם חלק הבין אדם למקום פון תנ״ך, נאר ביי זיי איז איינגעגעסן (דורי דורות) די בין אדם לחבירו אספעקט פון תנ״ך. ליבעראלע אידן [״דזשוס״] זענען ל״ד מיט מיט אים.

3). אז דאס וואס מ׳איז עובר קעגן אים בענין בין אדם לחבירו איז פראפארציאנאל מער ווי זיינע לאזונגען (צו מעשים) וואס זענען עובר אויף דעם געביט.

4). אז דאס וואס די צד שכנגד רודפ׳ט אים יעצט איז (פראפארציאנאל) מער ווי וואס עני צד שכנגד האט אלס גע׳רודפ׳ט וכו׳ דעם פרעזידענט פון דאס אנדערע פארטיי, ווי אויך אלגעמיינע היפאקריטיע וואס זי האט געטוהן וכו׳. דאס קען אריינגיין אין דעם געביט פון ראזי רעטראספעקשאן וכו׳ און אין אנדערע בייעסיס (ווענדנדיג זיך אינ׳ם אינדיווידואל׳נס פארטיי געהערעניש וכו׳), ועיין לעיל בהלינק בתגובתי הקודמת.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1607 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 18, 2020 2:35 pm

דאס איז די ערשטע מאל איך הער אז חסידים קימערן זיך מיט נ"ך. האסט נאך א ביישפיל דערצו?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9169 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג פעברואר 18, 2020 2:46 pm

און איך האב נישט געהערט אז חסידים זאלען קוקען מיט אפשיי אויף רשעות פין רודפ'ן א צווייטען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

Re: למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

הודעהדורך מי אני » פרייטאג מערץ 13, 2020 3:31 pm

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1607 מאל

Re: למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:18 am

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1607 מאל

הודעהדורך מי אני » פרייטאג יאנואר 22, 2021 8:13 am

7CFBD495-FC97-4ADC-B3BC-586BF6A587BD.jpeg
דאס טענה׳ט די פסיכיאטאר דר. בּענדי ליִ בנוגע איינע פון די פסיכאלאגישע טעמים פארוואס טראמפּיסטן ווערן צוגעצויגן צו אים און זיין פּערסאנעליטי. אולי קען דאס יא אויך גיבן א שטיקל השוואה בנוגע פארוואס חסידים ווערן צוגעצויגן צו אים, אין דעם פארוואס זיי פיהלן אז זיי מוזן האבן א רבי א פירער א טאטע פיגור צו ערגענצן די סטרעסעס וואס די געזעלשאפטליכע ערווארטונגען וכו׳ וכו׳ שטעלן אויף זיי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1607 מאל

הודעהדורך זופ מיט מאנדלען » פרייטאג יאנואר 22, 2021 10:01 am

דאס וואס מען האט געשריבן דא אז די סיבה פארוואס אידן נעמען זיך אן פאר טראמפ איז ווייל ער איז געווען דער נרדף איז לדעתי נישט אמת, ווייל אויב אידן נעמען זיך אן פארן נרדף מיינט עס אויטאמאטיש אז זיי זענען אנטי רודפים, דאס איז אמת אז טראמפ איז שטארק גערודפט געווארן אבער נישט דורך איין רודף, סגעווען א גאנצע חבורה פון רודפים וואס האבן לאוו דווקא געארבעט צוזאמען, יעדער האט געלייגט א פיס ווי ער האט נאר געקענט, משא"כ טראמפ איז לכאורה געווען דער גרעסטער רודף אין די היסטאריע פון אמעריקאנער פאליטיק, אפילו די דעמאקראטן האבן זיך געטראפן סקאנדאלן אויף טריט און שריט זענען זיי געקומען אונטערן נאמען פון צדק, משא"כ טראמפ האט גערודפט ווי א בולי אין חדר.

אין איין ווארט, אויב די אידן שטיצן נרדפים וואלטן זיי געוואוט פאר הילערי וויבאלד זי איז גערודפט געווארן פאר אירע אימעיל פארנאכלעסונגען.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
זופ מיט מאנדלען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:12 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 05, 2021 11:24 am

@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3566 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג מערץ 05, 2021 12:21 pm

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:דאס וואס מען האט געשריבן דא אז די סיבה פארוואס אידן נעמען זיך אן פאר טראמפ איז ווייל ער איז געווען דער נרדף איז לדעתי נישט אמת, ווייל אויב אידן נעמען זיך אן פארן נרדף מיינט עס אויטאמאטיש אז זיי זענען אנטי רודפים, דאס איז אמת אז טראמפ איז שטארק גערודפט געווארן אבער נישט דורך איין רודף, סגעווען א גאנצע חבורה פון רודפים וואס האבן לאוו דווקא געארבעט צוזאמען, יעדער האט געלייגט א פיס ווי ער האט נאר געקענט, משא"כ טראמפ איז לכאורה געווען דער גרעסטער רודף אין די היסטאריע פון אמעריקאנער פאליטיק, אפילו די דעמאקראטן האבן זיך געטראפן סקאנדאלן אויף טריט און שריט זענען זיי געקומען אונטערן נאמען פון צדק, משא"כ טראמפ האט גערודפט ווי א בולי אין חדר.

אין איין ווארט, אויב די אידן שטיצן נרדפים וואלטן זיי געוואוט פאר הילערי וויבאלד זי איז גערודפט געווארן פאר אירע אימעיל פארנאכלעסונגען.

טראמפ איז געווען די נרדף וואס האט זיך נישט געלאזט!!!
דאס האט אים פארפיינטעט נאך מער ביי זיינע רודפים, וואס האבן ערווארטעט זיין דיימייז
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2742
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2087 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1222 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט