א הינער-שטורעם

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3069
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2461 מאל

א הינער-שטורעם

שליחה דורך קורקלענד »

איך האב געפענט אן אשכול צו דיסקוסירן און אפצושרייבן מיינע אבזערוואציעס, האפענטליך ווען [tag]יידל[/tag] וועט אי''ה עפענען אן אשכול וועט א גבאי אריבערפירן אהין אלע הודעות.

פונעם עולם האמת האט מען פאר יידל געגעבן נאך א געלעגנהייט מפיץ צו זיין לאור עולם א פרישע ארטיקל. די ארטיקל האט געלויטעט צו זיין אן ארטיקל וואס וועט געבן אן אנדער בליק אויף די גאנצע בראקל שערוריע. דערווייל האט אבער די ארטיקל בערך אזויפיל געהאט מיטן בראקל, ווי א טעלעסקאפ האט מיט אסטראנאמיע. געלייענט האב איך עס מיינענדיג אז נאכן לייענען וועל איך קענען זיין עטוואס באהאווענט אין די נושא, און ביי די נעקסטע געלעגנהייט ווי ס'ווערט היציג דעבאטירט פאר שחרית, וועל איך קענען שטיין אינעם רעדל, על כל פנים, כאטש העל'ך פארשטיין וואס מ'רעדט דארט. דערווייל האב איך זיך דערזען אז די נושא פונעם ארטיקל וועט נישט צולייגן קיין צוויי צענט צו יענע היציגע דיסקאסיע'ס, יענע העצערס לעבן גאר אויף אן אנדער פלאנעט, ווייט פון די מציאות.

כ'האב געהאט א פערזענליכע הנאה פון דעם ארטיקל, ווייל עס האט בארירט א סאביעקט וואס ליגט מיר נאענט צום הארץ נאך פון קינדווייז אן. איך האב אייביג געהאט ספיקות אין דעם, איך האב נישט געוויסט וואו איין און וואו אויס, אדער ווען יא און ווען נישט.

מיר לעבן היינט אין א וועלט מיט אן אורבאן געזעלשאפט וואס איז שטארק אפגעזונדערט פונעם אמאליגען פשטות'דיגן מציאות. ס'איז אמת'דיג נישט קיין לצנות, ס'איז א זייער א ביטערער פאקט. איך האב אמאל צוגעקוקט אין בית המדרש וויאזוי א מלמד פרטי האט געלערנט מיט א קינד פריוואט, אין דער נושא פון כשר'ן לעבער פון א עוף. האט ער אזוי געפרעגט דעם אינגל צו ער ווייסט פון וואנעט לעבער קומט, אוודאי, האט ער געזאגט, פון די קאטעינער. פרעגט איהם דער אינגערמאן, אבער פון וואנעט קומט עס אן אין קאנטיינער, זאגט ער, וואס הייסט פון די סטאר אדער די קאמפעני. וואס איז אמאל געווען א פשטות'דיגע מציאות איז היינט געווארן עפעס א ידיעה וואס מען קען נאר קונה זיין מיטן שפענדן צייט ערגעץ וואו ווייט אוועק פון אן אורבאן סטיל געזעלשאפט. וואס מאכט אונז אויסערגעווענליך שווער צו פארשטיין אסאך פשוט'ע פארצייטישע געווענליכע טערמינען פון די גמרא. און פאר א בן תורה דאס צו טוהן איז גאנץ אפגעפרעגט.

צודעם צוזאמען לעבן מיר אויך אין אזא רעליגיעזער געזעלשאפט וואו ידיעה אין מציאות מעג נאר גיין אזוי ווייט ווי וואס ס'שטייט אין רש''י אדער דורך וואס מען זעהט טעגלעך מיט די אייגענע אויגן. סיי וואס אנדערש הייסט שוין שטודירן און אויפגעקלערט. קאלעדזש איז תערובות, א ביכל איז כל באיה לא ישובין, אינטערנעט איז גילוי עריות. אא''וו.

אזוי האבן מיר זיך דערקייקעלט צו א גרויסע געפ אין קאמפעטענץ ביי אונזערע מנהיגים. אזוי אז איך קען נישט ציילן קיין האנדפול פון היינטיגע דיינים וואס קענען מיר פארשטיין געבן די מציאות וויאזוי אן עלעקטראנישע סוויטש און סירקוט ארבייט. יעצט גיי ווייס וויאזוי זיי ווייסן אדער פארשטייען פארוואס מ'טאר עס נישט פליפן אויפן זיבעטע? אזוי אויך איז ווען עס קומט צו על.אי.די. ניטאמאל ווייסן זיי אז די ר''ת איז לייט עמיטינג דייאד, און גיי זיי מסביר וואס איז דאס א דייאד. אז ס'איז אזא מין סיליקאן וואס געט ארויס א ליכטיקייט… און אזוי איז אויך ווען עס קומט צו שווערע פינאנציעלע שאלות, טאטאלע איגנאראנץ.

די ארטיקל האט בארירט אט די ענין. אז עס איז נישט במציאות צו לעבן אין די היינטיגע שטייגער אן זיך רעכענען מיט די פשוטע מציאות.

א גרויסע ישר כח פאר אונזער אלטע ידיד יידל!

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר