ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט (וועקער11)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6280 מאל
קאנטאקט:

ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט (וועקער11)

שליחה דורך לעיקוואד »

עס האט מיר שוין היייט אהיימקומענדיג אפגעווארט פון אמאזאן דער נייער וועקער, מיט מיין ארטיקל איבער ירידת הדורות.

געווענטליך ווען עס קומט אן א זאך וואס איך האב אליינס געשריבען האב איך נישט קיין געמיט דאס איבערצוקוקען, איך האב מורא איך וועל שוין טרעפן די טעותים וואס איך האב געמאכט און עס וועט זיין בושות, נו ענדערש זאל א צווייטער דאס ליינען און פרעגן קשיות ענדערש ווי איך זאל מאכן בושות פאר זיך אליינס.. בפרט טאמער איז אן ארטיקל בעיקר געבויט ארויסצוברענגען א געדאנק, טראכט איך געווענטליך נו דער געדאנק איז דא, אוודאי קען מען אויף דעם פרעגן קשיות און תירוצים והבוחר יבחר. איך קען דאך נישט איבערטראכטען דער זעלבער זאך טויזנט מאל..

דער ארטיקל איז אבער אנדערש וויבאלד עס ענהאלט ווייניגער מסקנות ווי עס פראבירט צו געבן א מסגרת פאר א שאלה וואס ליגט אינטער זייער אסאך אנדערע שאלות, און וואס איך האב נישט געטראפן נאכנישט קיין נארמאלער שמועס וואס זאל מסדר זיין קלאר אפילו וואס די נושא איז, און ברענגען די עיקר מראי מקומות. די חלק פון מאמר וואס איר ליינט איז דער רעזולטאט פון מיין זיך מוטשען אפאר טעג צו כאפן וואס דער געדאנק רעדט זיך פון בעצם, און דאס געבן מער א קלארער פרעימווארק מיט וואס צו ארבעטן. דאס האב איך געטוהן בעיקר מיט די הקדמה פון פיר קשיות און אביסעל אין דער המשך. און אנגעהויבען מסביר זיין עטליכע געדאנקן מיט וואס מען קען מסביר זיין די מחלוקת און אנדערע געדאנקן וואס קומען ארויס פון דעם. ווי אויך דרך אגב פארשטיין נאך אפאר זאכן.

למעשה שוין נאכן אריינגעבן דער ארטיקל צום דריק איז מיר נתעורר געווארן נאך צדדים וואס מען קען אפשר טראכטן, און נאך שורשים און מקורות וואס מען דארף אריינברענגען אין דער מסגרת מסביר צו זיין. עס איז מיר אבער נישט אויסגעקומען קיין צייט איבערצושרייבען עטליכע חלקים און איבערארבעטן נאך, און דאס וואס איז דא איז שוין זייער וויכטיג און חשוב . א חלק האט מיר דער עורך [tag]אבטולמוס[/tag] געהאלפן צולייגען און אויסקלארען כדרכו בקודש כדי עס זאל נישט זיין קיין חסרון ממש אין דער ארטיקל, אבער עס איז נאך דא מקום צו קלערן און אפשר אויפקומען מיט נאך יסודות וואס מען קען דא ווייזען.

ווי געשריבען סוף ארטיקל, קומט נאך אי"ה נעקסטע מאל נאך א גאנצע חלק בעיקר ארומצורעדן דער נושא פון ירידת הדורות אין תורה וואס איך האב בכלל נישט אנגערירט, און מסכם זיין מער קלאר די תשובה צו די פיר קשיות, בשילוב וויכטיגע מראי מקומות און מקורות מספרים וסופרים אין דער ענין. איך האף אויך צו האבן די פלאץ דארט אוסקלארען מער אין דער מסקנה די מחשבות וואס איך האב געהאט אויף דער ערשטער חלק זייט איך האב עס געשריבען.

ממילא בעט איך פון יעדער איינער וואס האט הערות און הארות קשיות און חקירות אדער אנעקדאטן אויף וואס איך האב געשריבן עס מיטטיילען דא, און טאמער איז דא א וויכטיגע חידוש וואס איך האב נישט געטראכט וועל איך עס נאכברענגען אין חלק ב' בשם אומרו (אדער שלא בשם אומרו, וויאזוי איר ווילט..)

נ.ב. מען מוז נישט פארציילען פון די גמרות אם הראשונים כמלאכים וכו', איך ווייס.. און וועל זיך מטפל זיין מיט זיי אין חלק ב'.
אויך האב איך שוין עטליכע מאל געשריבען דא וועגן ירידת הדורות און וואס עס שטייט דארט ווייס איך שוין אויך.. ובחיפוש ימצאם המחפש.
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 60 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר