"ספר יצירה" - וואס איז דאס? (וועקער 13)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1921 מאל

"ספר יצירה" - וואס איז דאס? (וועקער 13)

שליחה דורך ארי נוהם »

דורכאויס מיין לענגערע סעריע איבער "תורת הקבלה", וואס וועט אי"ה כסדר דערמאנט ווערן דא, זענען פארהאנען פארשידענע קאפיטלען וואס זענען לענגערע געשיכטעס פאר זיך, א שטייגער ווי דער יעצטיגער קאפיטל וואס נעמט ארום דעם עלטסטן ספר קבלה אין די היסטאריע - דער "ספר יצירה".

זייענדיג א פארהעלטנמעסיג קליינע טעקסט בוך פון צוויי טויזענט ווערטער, מיט אומפארשטענדליכע רמזים און אומקלארע געדאנקען, וואס פארנאנדערשיידט דעם ספר פון אלע אנדערע ספרי קודש אין די אידישע היסטאריע, איז דער ספר יצירה פארט דער פאראויסגייער פון אלע ספרי קבלה, און עס זענען פארהאנען צענדליגע ספרים און פירושים אויפן ספר, און הונדערטער מחקרים און אסאך אקאדעמישע ביכער וואס פארשן אלסדינג איבערן מיסטעריעזן ספר.

פארט וואלט איך געזאגט, אז רוב רובם פון אנ"ש ווייסן נישט וואס עס שטייט אינעם ספר, ווי אלט דער ספר איז, וואס זיין השפעה איז געווען לדורות, ווער עס האט געשריבן פירושים דערויף, און אלעס אנדערש אנבאלאנגט דעם היסטארישן ספר.


וועגן דעם האב איך דאסמאל געשריבן א לענגערע קאפיטל, מיט אקאדעמישע כלים און אויפן אקאדעמישן אויסשטעל (דאס ערשטע מאל אין היסטאריע פון היימיש-אידישע ליטעראטור!), באזירט אויף צאללאזע מקורות פון ספרי קודש, ספרי חול, מחקרים אד"ג, אז די "וועקער" לייענער זאלן זיך ענדליך באקענען אביסל פון די נאנט מיטן ספר יצירה.

איך האף אז די לייענער וועלן הנאה האבן דאס צו ליינען, און וועלן געוואויר ווערן היסטארישע ידיעות, און סתם אינטערעסאנטע ידיעות דורכאויס די אריבער הונדערט הערות פון אונטן.



פאר סיי וועלכע פראגעס, הערות, מיספארשטענדענישן, ומקום לחלוק, טו איך ווידמען דעם אשכול, און איך האף צו הערן פון אייך סיי וואס אנטבאלאנגט די נושא פון ספר יצירה.


(אין קומענדיגן "וועקער" האף איך צו גיין ווייטער מיטן סעריע איבער תורת הקבלה, אדורכגייענדיג די מיסטישע סארט תנאים, א שטייגער ווי רבי עקיבא, רבי ישמעאל כהן גדול, און רבי נחוניא בן הקנה, און די ספרי קבלה וואס מ'הענגט אן אין זייער נאמען. דערנאך וועלן מיר ווייטער אדורכגיין די היסטאריע פון תורת הקבלה בימי הגאונים והראשונים ביזן אנטפלעקונג פונעם ספר הזוהר)
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר