תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

אין דעם איצטיגן וועקער (תשרי תש"פ) ערשיינט דער ארטיקל ארום דעם מנהג פון תגלחת נשים. ביי פילע חסידישע קהילות איז דער מנהג אז די טאג נאך די חתונה שערן זיך די כלות אפ די האר פון קאפ, און פון דאן און ווייטער לאזט מען נישט וואקסן די האר. און כאטש דאס איז אנגענומען אלץ א חיוב גמור איז די היסטאריע און שורש פונעם מנהג גאר פארנעפלט און מיסטעריעז. ווען האט זיך עס אנגעהויבן? און פארוואס און וויאזוי איז דאס געווארן א חיוב גמור? דער ארטיקל פרובירט צו ענטפערן די פראגן און וויקלט אויף די היסטאריע אנגעהויבן פון ימי חז"ל -וואס טרעפט מען אין ספרי חז"ל וועגן די האר פון פרויען און וואס האבן זיי געהאלטן וועגן שערן די האר- און גייט דורך די תקופות הראשונים; רבותינו הפוסקים און די אחרונים, ביז די לעצטע דורות אין אייראפע פארן קריג און וואס עס טוט זיך ביי אונז היינט. אויך ווערט באהאנדלט די הלכה'דיגע אספעקטן פונעם מנהג, צו מען דארף זיך שערן אדער עס איז גאר אסור פאר א פרוי זיך צו שערן.

די שמועס ארום דעם מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אן אשכול דא אויף קאווע שטיבל ווי די חברי השטיבל האבן צוזאמען דורכגעשמועסט דעם מנהג און ארויפגברענגט און דורכגעאקערט פארשידענע טעמים און צדדים אין דעם מנהג. דערנאך איז אריינגעלייגט געווארן א לענגערע צייט פון ארבעט פון אויסארבעטן און נאכגיין די חומר צוזאמען מיט תלמידי חכמים און חוקרים, זיכער צו מאכן אז אלץ שטימט לאמיתה של דבר און אז מען האט גארנישט אויסגעלאזט. עס קומט זיך טאקע א דאנק פאר די אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן פארן ארטיקל.

איך האף אז די לייענער וועלן הנאה האבן פון די ארבעט, און עס וועט העלפן אויסקלארן די נעפל ארום דעם מנהג און געבן א האנט וויאזוי צו טראכטן וועגן דעם מנהג און וואס עס מיינט פאר יעדעם פערזענליך.

די דאזיגע אשכול איז מיוחד פאר די לייענער איבערצולאזן הערות, הוספות און קריטיק.

דער אשכול פארמאגט 147 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר