חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער 17)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
צמח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 22, 2020 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער 17)

שליחה דורך צמח »

צום שלוס פון אפהאלטן דעם אינטערוויו מיט פרידא וויזעל איז מיר איינגעפאלן א פלאן זיך נישט בלויז צו באגנוגען מיט הערן נאר אויך זען, כמאמר החכם אינו דומה שמועה לראי' און כ'האב געהאט גערעכנט פערזענליך מיטצוהאלטן א טור און ברענגען אן אריגינעלער באריכט דא פאר'ן ציבור, אבער מה נעשה אז פון הימל האט מען אנדערש געוואלט וקפץ עלינו רגזו של קאראנא וויירוס און אלע פלענער זענען זיך צערינען, איז אפשר, וועלן מיר דאס משלים זיין אין א קומענדיגער געלעגנהייט.

דערווייל עפען איך אויף דעם אשכול פאר הערות און הגהות אויף דעם אינטערוויו. קאמענטארן ווי קריטיק זענען וועלקאם.

כ'וויל באטאנען אז אין דעם ארטיקל איז אריין צענדליגער שעות פון ארבעט, סיי פארש ארבעט, צו אינטערוויואירן און דערנאך צו שרייבן און איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן פידבעק. אין מיין מיינונג בארירט עס זייער אסאך טעמעס און עפנט אויף א ברייטע טיר פאר ווייטערדיגע שמועסן איבער א רייע נושאים.

ס'איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט אז דער ארטיקעל איז געשריבן מיט א ציל ארומצונעמען אך ורק די וויכטיגע און אקטועלע טעמע פון "טוריזם" והמסתעף, אבער האט נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו בארירן זייטיגע נושאים ווי די ערשיינונג פון או.טי.די. במחנינו, אדער איבער די ראלע פון נשים אין היימישן לאגער. זיכער זאל עס אויף קיין שום פאל נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי א פערזענליכע לעבנס-געשיכטע פון סיי וועמען, ודי בזה.

איך וויל מיך באדאנקען פאר מרת וויזעל פאר'ן אוועקגעבן פיל צייט פאר דעם אינטערוויו. אויך וויל איך מיך באדאנקען פאר די וועקער שטאב וואס האט אזויפיל געהאלפן להשלמת הארטיקעל און צוגעשטעלט טייל פון די בילדער און דאקומענטן און געטון אלעס אין די וועלט אז די אינטערוויו זאל אויסקומען כלול בהדרו במלוא מובן המילה.

איך ענדיג מיט א לינק צום בלאג פון מרת וויזעל וואו זי שרייבט כסדר אריגינעלע קאמענטארן און אבזערוואציעס איבער'ן חרדישן לעבן. אט לעצטנס האט זי געשריבן אן אינטערעסאנטער ארטיקל איבער חסידישע קאלערינג ביכער און די ווערסיע פון וועלטס היסטאריע וואס יונגע קינדער אין דער חסידישער וועלט ווערן געלערנט.

דערווייל בין איך נאך א שעמעדיגער און איך בעט דעם עולם זאל מיך מקרב זיין און אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צמח, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 68 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר