א סוכה'לע א קליינע

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 653 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

א סוכה'לע א קליינע

שליחה דורך הרב שיף »

ב"ה מיר האבען זיך גענומען און די הענט אריין, און צום ננייעם זמן אנגעהויבעם לערנען א נייע מסכת, מיט א נייע התעוררות [וועקער]. און די ערשטע מקצוע איז א סוכה'לע א קליינע.

געזיכט האבען מיר ווי צו גיבען העניך'ען א לייק. אבער נישט געפינען, זאל דאס שרייבען דא זיין במקום לייק, ועל דעת כל הלייקנים האמתים בדורינו היודעים ומכוונים לשם מצות הכרות הטוב.

ועתה, מיינע מחשבות, הארות וביאורים וחידושים אויף די נייע מסכת.

קודם איז מיר געווען א חידוש עצום, און א מילתא דתמיה, שלא שמעתי מעולם, וויאזוי מען שעמט זיך נישט צו שולח יד זיין אונעם הייליגע ניגון, [יא עס איז הייליג עס מאכט מיר דעם יו"ט]. לולי אז העניך שרייבט עס וואלט איך עס ווען נישט געגלייבט. פארוואס פארווי פארווען, אויב שוין יא זינג א הויז א שיינע. מיט שיטראק וכו', עס איז נישט געביטען דעם ניגון, עס איז געביטען דעם שורש פון מצוה סוכה, יא א מצטער איז פטור מן הסוכה, אבער די מצות סוכה איז ארויס גיין פונעם באקוועמען הויז און נאך גיין [מיט ליבע בלשון העניך] דעם רבוש"ע לארץ לא זרועה, מיט העלצעלך פסולת גורן ויקב, געמיין פשוט און פראסט אבער תוכו רצוף אהבה, און זיצן דארטן מיט כביכול, און זיך זינגען שיר השירים און א סוכה'לע א קליינע.

אבער וואס עס איז משמע מתוך דברי העניך, אז דאס איז עס, ס איז מער נישט פארהאן, בין איך אביסל מחולק, אמת אידישקייט איז געוארען גרינגער מען קען שוין היינט האבען אירקאנדישן און די סוכה, אבער מען קען נאך אלט'ס האבען די סוכה'לע, מען מוז נישט און מען טאר נישט דאס פארלירען, און לענ"ד רוב היימישע אידען האבען נאך דעם בחנ'טן קשר מיט די סוכה.

יא דער וואס דרשנט און ביהמ"ד וויאזוי ער זיצט און די סוכה ווען עס רעגענט מוז נישט זיין אז ער האט א קשר בכלל צו די מצוה פון סוכה עס קען זיין אז ער האט א קשר מיט זיך, און מיט זיך אויפטוען פאר אנדערע, אבער עס איז נאך דא טויזענטער אידען וואס האבען יא דער קשר, עס איז דא אידען וואס גייען נישט ארויס פון די סוכה אפילו צום דאווענען, מען דאווענט עסט טרינקט שלאפט און שוויצט און די סוכה.

איר דעמאנט דער סאנזער רב אבער מען מוז נישט צוריק גיין אזוי וויייט עס זענען נאך דא אידען וואס קושען די ווענט פון די סוכה מיט טרערען מער ווי מען קושט א נאנטער פאר מען פארט אוועק.

א ביישפיל צו די אהבה צו "די סוכה'לע" [וואס מען האט געזעהן ספעציעל ביי צדיקים מער ווי ביי אנדערע מצות ווי איר דערמאנט פון סאנזער רב, אויך איז ידוע דאס וואס ראפשיצער רב האט יעדען טאג און יאר געטוען עפעס פאר די סוכה, און אליינ'ס צוגעגרייט די קישוטי כלה] האב איך אמאל געהערט פון סי-געיט'ער רב אויף זיין פאטער הגאון ר' צבי מייזליש ז"ל [וואס האט זיך מוסר נפש געווען ביי די מלחמה אויף מצות סוכה אבער דאס איז נישט די נושא יעצט רעדט מען פון ליבע] וואס טראץ דאס ער איז געווען א איד וואס האט אויסגענוצט זיין צייט, און געווען א מתמיד עצום. האט ער יעדעס יאר ערב סוכות זיך אויף געשארבט די ארבעל, און געפארבט די סוכה, און דער נאך געמאלוועט מיט אנדערע קאלירען פארב אויף די ווענט די ד' מינים וכדומה. און ער איז פון סוכה נישט ארויס, ער האט געבויעט א שלאק אויף די סוכה וואס האט פארמאכט די גאנצע סוכה חוץ איין ווינקעל ווי דארטען איז ער געזיצען און גלערנט געגעסן און געשלאפן ווען ס'האט גערעגנט אדער געמבל'ט, ער האט פשוט נישט געקענט ארויס גיין. נישט אז ער האט געווארט און אריין געכאפט עסען ווען עס רעגנט נישט, ער איז געווען איין שטיק וואסער און ער באט עס נישט געשפירט [אדער יא] זיין פנים האט געשיינט מיט אהבה און ליבשאפט דער שמייכל האט זיך נישט אפגעטוען. און דאס איז נישט פון צו לאנג צוריק.

עס דרייען זיך אודאי פילע אידען וואס פירען נאך אלס דאס ראמאנטישער קשר מיט די סוכה, און אפי' ביי אונז וואס עס איז נישט אויף די דרגה ליבשאפט, איז עס דאך און א גדר פון א ראמאנטישע קשר, מיט וואס מיר האבען הנאה צו באפיצען אונזער סוכה'לע, מיר שפיגלען זיך מיט איר, עס נעמט אונז ארום א געוואלדיגע רואיקייט און עונג הנפש ווען מיר טרעפען זיך מיט איר ושמאלו תחת לראשי וימינו תחבקני.

@העניך עס איז געווען א פארגעניגען צו לערנען דיין סוגיא, עס איז געווען וויטוגלעך צו הערען אז סזעהט אויס ווי די סוכה האט פארלוירען איר חן, און ס'האלט נישט ווייט פון נתפרדה החבילה. מיר וועלען נישט לאזען טוישען דעם ניגון און מוועט ווייטער זאגן און ער מאכט שנעל קידוש כדי די קליינע קינדער זאלען נישט איינשלאפען.

יישר כח

האט איר אנדערש אפגעלערנט די סוגיא? לאזט דעם עולם וויסען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הרב שיף, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר