בלאט 1 פון 1

"וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2021 11:38 am
דורך דער וועקער
צו באשטעלן דעם וועקער, דרוק דא!

מיר זענען גאר צופרידן צו מעלדן אז וועקער נומער 18 איז שוין אריין צום דרוק, און וועט בע"ה זיין צו באקומען אין די נאנטע טעג. אין די 232 זייטן פון דעם דאזיגן וועקער איז אריין אן אומגעהויערער ארבעט צו דעקן די שרעקליכע קאראנא-ווירוס מגיפה וואס האט אויסגעריסן שטיקער פונעם היימישן אידנטום.

צום ערשטן מאל וועט איר לייענען קלארע פאקטן און ציפערן וואס וועלן ברענגען א קלארקייט וואס דא האט זיך אפגעטון, און וואס עס גייט נאך יעצט פאר.

די טרויעריגע טעמע פונעם הויפט ארטיקל ברענגט אונז צו דעם תורה'דיגן מאמר פון הרב יצחק לאווי אויף דעם ענין פון שמירת הגוף, און דעם אויסערגעווענליכן 517-יעריגן אידישן כתב יד, "געדאנקען וועגן טויט", וואס ווערט צום ערשטן מאל געדרוקט אינעם וועקער. מיר באוויינען אויך די אבידה פון הרב יעקב צבי זאקס זצ"ל, וועלכער האט איבערגעלאזט כלל ישראל איז אזא שווערן זמן.

מיר זענען שטאלץ מיט דעם מייסטערהאפטיגן ליטערארישן ווערק פון [tag]יואב[/tag], א טיפן אנאליז איבער דער שיטה פון "ציניזם", חכמות חיצוניות פון [tag]מיימון[/tag], ועוד ועוד ועוד.