דער גרינער יצר-טוב - גלאָסאַר - וועקער #18

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

דער גרינער יצר-טוב - גלאָסאַר - וועקער #18

שליחה דורך יואב »

[center]דער גרינער יצר-טוב[/center]
[center]גלאָסאַר - ערשטער קאַפּיטל[/center]



[center]וְאֶל הַיְּהוּדִים כִּכְתָבָם וְכִלְשׁוֹנָם [/center]
[center]"רבי הונא בשם בר קפרא אמר, בזכות ארבעה דברים נגאלו ישראל ממצרים: שלא שינו את שמם, ולא שינו את לשונם, וכו'" (שיר השירים רבה פ"ד וכן בויקרא רבה פרשה ל"ב).[/center]


אויס|דריבל|ען (-גע-ט) — fray, unravel

אויס|ריסעווע|ן (-גע-ט) — sketch, draw

אויפגעפּוישט — puffy

אויפ|שנורעווע|ן (-גע-ט) unlace, untie

איינקאַרב|ן (-גע-ט) — carve, notch

אַלמער — closet

אָנגעדרודלט — piqued, in a huff

אָנגעזאׇטענע — seeth|ed/ing (זידן בלשון-עבר = געזאָטן).

אַנומלט — recently

אַסקעטיש — ascetic

אָפּגעבליאַקעוועט — faded, tarnished, discolored

אָפּ|סקריפּע|ן (-גע-ט) squeak, grate, creak

אָקאָרשט — a moment ago, just now

אַרויס|פּירכע|ן (-גע-ט) — snort, pant, gasp

אַרומ|שמייע|ן (-גע-ט) — bustle around

באַדרענגעניש — anxiety

באַוול — cotton

באָמבל|ען (גע-ט) — dangle

בורטשע|ן (גע-ט) — grumble

בורשטין — amber

ביסטרע — swift, agile

ביצעפּס — biceps

בליאַסק — luster, glare, sparkle

ברומבלען (גע-ט) — murmur, hum

גאָלעבּראָדניק|עס — א איד א מְגוּלָּח/ פרייער איד

גומי — (rubber (elastic

גומע-רייף — rubber tire

געבריל — roar

געטאַפּ — (feel (of fabric

גרימפּל|ען (-גע-ט) — strum tunelessly

דלאָניע — palm of hand

דעמב-ן — oaken

דריבנע — minute, fine (פּיצינקע).

הוידע|ן (-גע-ט) — sway, swing

וויע — eyelash

טראַף — syllable

יאָדערדיג — (robust, vigorous (person

כיכעניש — giggling, chuckle

כראָמאַטיש — chromatic

מאַנקעט (מאַנזשעט) — cuff

מרוקע|ן (גע-ט) — grumble, purr

נאַוויגיר-סיסטעם — Navigation, GPS

נעווראָטיש — neurotic

נעפּל-לעמפּ — fog lights

סופיט — ceiling

סליאָטע — slush

פּאַטילניצע — nape of neck

פּוכיג — fluffy, downy

פּיאַטע|ס — heel of foot

פּריזמאַטיש — prismatic

פּריקרע — awkward, embarrassing, disagreeable

פּרישטשיק — pimple

פאַלדעווען (גע-ט) — fold, pleat

פאַסאָן — fashion

פאַרזשמורען (-ט) די אויגן — squint

פאַרכריפּעט — raspy, hoarse

פאַרסמאַרקעט — smeared with snot

פאַרשטאַרט — frozen stiff

פליטער|ן (-גע-ט) — scintillate, sparkle

פראָסטבלומען — fern front (ice flowers on window)

פרענדזעלעך — fringes

צישעדיג — sibilant

צעהאַווקע|ן זיך (-ט) — start barking

צעספּוזשע|ן זיך (-ט) — spook, frighten away, run off

קאָטער — (tomcat (male

קאַלוזשע — puddle

קאָרטשעט — (twist (as in wrinkle

קופּע|ס — pile, heap

קלימפּער|ן (-גע-ט) — jingle, clink

קנאָכיג — bony

ראַנד — rim

ראַפּטעם — abruptly

ריטשע|ן (-גע-ט) — bellow, roar

שאַבלאָן — cliché

שאָדנפרייד — schadenfreude

שלענדער|ן (זיך) — meander

שמאָך — condescending smile

שמאָרגלעכץ — snot

שמייע|ן (-גע-ט) — bustle

שנאָל|ן — buckle

שפּילקע — needle



[center]אַמעריקאַניזם: לשון נכרים הם — וּבְתוֹךְ עַם טְמֵא שְׂפָתַיִם אָנֹכִי יוֹשֵׁב[/center]


אינטש|עס — צאָל|ן — inch

אָל-וויל-דרייוו — דער אַלראָדיגער אָנטרייב — AWD — הָאוֹפַנִּים וּמַעֲשֵׂיהֶם… דְמוּת אֶחָד לְאַרְבַּעְתָּן (יחזקאל, א, טז)

אַסאָרטירט — פאַרשידן, געקליבן —assorted

באַדערן — bother — קאָנטעקסט: בּאַנג-טון

באָמפּער — שיצבלעך — bumper

ווענדינג-מאַשין — פאַרקויף-מאַשין — vending machine

מאָפלער — פאַרדומפּער — muffler

מייל-מאַרקער — mile marker



[center]נעאָלאָגיזם: לשון שבדו להם חכמים[/center]


דער טריפּל-זעראָ — א פּיצינקער שיעור האָר, 0.5 - 0.2 מילימעטער צום סקאַלפּ פון קאָפּ, נישט אריינרעכענענדיג די פּאוֹת. (געווענליך דערגרייכט ביים אָפּגאָלן זיך מיט די #000-#00000 שער-מעסערלעך). איז די עמבלעם פון אידיש-נחת פאַרהייליגט צווישן תּורה-טריי מאַמעס.

טריפּעווע|ן (-גע-ט) — אִתְעָרוּתָא דִּלְעֵלָּא. זיין הויך און גיין נאָך העכער. מלשון 'trippin בלע"ז.

דאָס צדיקוואַרג — רבישע עקסטראַוואַגאַנצן. ספּעציעל אַזוי לוקסוס מיט א קלאַסישן טעם, ווי כֵּלִים-מִכֵּלִים-שׁוֹנִים* און מלבושים פון גאָלד, זילבער, בריליאַנטן, און אפילו קריסטאָל; חיה-פעל, בהמה-הויט, פייגל-פעדערן, שפּּייעכץ פון שרצים, און סְנַפִּיר-וְקַשְׂקֶשֶׂת פון פיש, צווישן אַנדערע. דאָס צדיקוואַרג העלפט אַרויס דעם צדיק אין דער עבודת-הקודש זיינער, און איז אויך מבדיל בין קודש לחול מיטן אַראָפּשטעלן קלאָרע גרעניצן צווישן די סאָציאַלע ראַנגען אינערהאַלב דער געזעלשאַפט.

*כפּשוטו. נישט זיך טועה זיין מיט די געאסרטע טעלעפאָנען און מאַכערייקעס צווישן דעם המון-עם. תַּאֲוַת צַדִּיקִים אַךְ טוֹב תִּקְוַת רְשָׁעִים עֶבְרָה (משלי, יא, כג).
בייגעלייגטע פיילס
גלאָסאַר - ערשטער קאַפּיטל.pdf
נאַט אייך דעם גלאָסאַר אויף א פד"ף
(128.09 KiB) אראפגעלאדנט 75 מאל

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר