דו קענסט העלפן דעם וועקער!

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

דו קענסט העלפן דעם וועקער!

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 10:07 am

יום בשורה הוא לנו אז וועקער נומער 18 איז ערשינען בשעה טובה ומוצלחת, און ווי אייביג אנגעפילט מיט די שענסטע אידישע ליטעראטור און חומר למחשבה.

הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו. צו זאגן אז "טויזנטער" שעות פון אויסמאטערנדע ארבעט איז אריין אין דעם פרישן וועקער איז בכלל נישט קיין גוזמא. דער נייער וועקער איז פרעצעדענטלאז פון פארשידענע אספעקטן און שטייגט איבער דעם שוין-אזוי-אויך-הויכן ניווא וואס דער וועקער טראגט מיט זיך.

איר זאלט ערווארטן אין דער האנט דער סאמע גרעסטער און דיקסטער וועקער וואס איז נאר אמאל געגאנגען אין דרוק. און דאס איז בלויז די כמות, באיכות וועט איר באגעגענען אלס הויפט קאווער סטארי א פרעצעדענטלאזע אקעדעמישע פארש ארבעט אויף א פארנעם וואס איז נאך מסתמא קיינמאל נישט ערשינען אין דער אידישער שפראך.

*

די ערשיינונג פונעם וועקער קוקט מען שוין כמעט אן ווי א רוטין, אבער דא און דארט לאמיר זיך דערמאנען וואס דאס איז. דער וועקער איז א נישט-פראפיט פאראיין און די געטרייע און איבערגעגעבענע שטאב געבן אוועק טעג און וואכן פון שלאפלאזע נעכט צו ברענגען פאר אייך אן אויסגאבע וואס צילט פאר אמת און אפנקייט, צוויי טייערע סחורה וואס ס'איז אזוי שווער צו טרעפן אין היימישן מארק.

די ארבעט ווערט געטון שטיל און באשיידן, לא בכח ולא ברעש ה'. כמעט וואס מיר אינוואלוון נישט דעם ציבור. מיר באלמוטשען נישט פאר קיין נדבות טראץ וואס די קאסטן זענען אומגעהויער, און מיר פארלאנגען נישט פון אייך גארנישט סיידן איר זאלט קויפן דעם וועקער, הנאה האבן פון זיין רייכן אינהאלט און דאס מיטטיילן מיט אייערע נאנטע.

אבער איך פיל פאר וויכטיג צו לאזן הערן איין נקודה, וואס איז אפשר וויכטיג אויסצושמועסן - און איך רעד דא בשם די רעדאקציע.

דער פאקט איז אז די רעדאקציע פונעם וועקער איז געבינדן. מיר זענען הונדערט פראצענט קאנפידענט אין אונזער פראדוקט, און קיין שום מי, געלט אדער פלאג ווערט נישט געשפּאָרט אז דער וועקער זאל זיין פון העכסטן ליטערארישן קאליבער.

דער וועקער קומט אן צו א גאר ברייטן ציבור למעלה מן המשוער און די לייענערשאפט האלט אין איין וואקסן, אבער מ'האלט אין איין הערן פון נייע לייענער אז א שאד זיי האבן נישט געוואוסט פונעם וועקער פריער.

די רעדאקציע האט שוין געזאגט אין דער פארגאנגענהייט אז זי זוכט נישט צו שטופן דעם וועקער פאר די וואס זעען בכלל נישט די נויטיגקייט פון אזא סארט אויסגאבע, אבער ס'איז יא וויכטיג אז די וואס אפרישיעטן אן אויסגאבע פון אזא קאליבער זאלן וויסן דערפון און קענען אנקומען דערצו.

ווען דער וועקער גייט צום דרוק זענען די שטאב מיטגלידער שוין ביי אפיסת הכוחות און אויסגעקוועטשט פון רעסורסן, אז עס בלייבט ווייניג געלט און כח פאר מארקעטינג. עס איז קלאר אז מיר פאלן קורץ אין הינזיכט פון פּראָמאָשען, און די וועלט זאגט דאך אז ס'איז דא א חזקה אויף פראפאגאנדע אז אינו חוזרת ריקם...

און דא איז וואו איר קענט צולייגן א פלייצע פאר'ן וועקער. אויב האט איר סיי וועלכן מיטל צו העלפן מיט מארקעטינג, ווי א פאפולערע טעלעגראם טשענעל אדער סטאטוס טשענעל, אדער בכלל, אויב האט איר א געפיל צו מארקעטינג אדער סיי וועלכן געדאנק און איר זענט גרייט צו העלפן מיט אנאנסירונגען וכדו' - אדער אפילו אויב איר קענט עס פראמאטן אדער אנאנסירן אויף דער אייגענער האנט, שיקן דעם לינק צווישן אייערע חברים אויף וואטסעפפ און טעלעגראם צי סיי וויאזוי, למצוה גדולה יחשב. (צב"ש, עס איז דא אויף @instagram א טייערער איד וואס האלט אין איין פראמאוטן דעם וועקער, און האט שוין אפילו געמאכט גורלות צו קענען געווינען וועקער אומזיסט. די רעדאקציע האט נישט קיין אנונג ווער דאס איז - ער טוט דאס אינגאנצן אויף דער אייגענער האנט, און תשואות חן חן לו!)

דאס זעלבע אויב האט איר סיי וועלכן געדאנק, עצה, מיטל, וואס קען אונז העלפן ארויסגעבן דאס ווארט צום ברייטערן מאסן וואס זוכן דעם פראדוקט, אדרבה ואדרבה, רופט אייך אן, פארבינדט אייך מיט אונז, ותשועה ברוב יועץ. טייערער לייענער, אדרבה, שיקט מיר אן אישי מיט אייער פארשלאג וויאזוי וועקער קען פארבעסערן אונזער מארקעטינג און אוטריטש. איך ווארט צו הערן פון אייך. א דאנק.

מיר זענען זיכער אז אונזערע געטרייע לייענער און שטיצער וועלן זוכן צו העלפן, ואדרבה, טובים השניים מן האחד, און לאמיר אינאיינעם ארויפרוקן דעם וועקער צום קומענדיגן שטאפל.

אדאנק,

די וועקער שטאב
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 704
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3111 מאל

הודעהדורך דורש אמת » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 10:48 pm

איך האב מיטגעטיילט מיט א צאל באקאנטע אבער זיי זאגן מיר אז ס'איז מער נישטא צו באקומען. זיי האבן פרובירט צו באשטעלן אויף אמאזאן פאַר פיר נאכמיטאג און געמאלדן געווארן אז none are available.
דורש אמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 11:26 am
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך דער וועקער » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 11:18 pm

א דאנק פאר'ן מיטטיילן!
דער וועקער איז געהעריג עוועילעבל אויף עמעזאן.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג פעברואר 14, 2021 10:24 am

.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1648
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2069 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג פעברואר 15, 2021 10:19 am

מיר האבן ארויסגעגעבן א קורצע ווידעא-עד פאר'ן וועקער. ווער עס קען, ביטע מיטטיילן מיט באקאנטע. יישר כוח!
https://t.me/derveker/247
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט