בלאט 1 פון 1

למה הלכו חסידים אצל ביידען? - וועקער 18

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 15, 2021 7:12 pm
דורך העניך
אזוי ווי כ'האב געשריבן אינעם נייעם וועקער אן ארטיקל וועגן מיין אנטוישונג אין ביידען און אין די ליבעראלן, וועל איך הנאה האבן צו הערן דעם ציבור'ס קאמענטארן. יישר כוח.

(דאס קעפל פונעם ארטיקל איז א שפיל אויף דעם ארטיקל פון @קטלא קניא, למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?)

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 15, 2021 8:34 pm
דורך רימון
איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דעם ארטיקל און לדעתי איז עס פון די טיפסטע און אמת'דיגסטע ביאורים וואס כ'האב נאר געהערט אין די גאנצע 5+ יארן פון טראמפס דאמינאנץ אויף די נייעס, פארוואס אזויפיל מיליאנען מענטשן וגם החסידים בתוכם זענען גרייט מיטצוגיין מיט אזא נידריגן מושחת ווי טראמפ ווי איידער די ליבעראלן, ווייל זיי האלטן אז די ליבעראלן וואלידירן נישט זייער וועג פון לעבן.

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 16, 2021 3:05 pm
דורך מי אני
הגם נישט ממש דאס איז וואס די ארטיקל ברענגט ארויס, האט עס מיר אבער דערמאנט פון וואס בּיל מאהער האט געזאגט.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 17, 2021 1:41 pm
דורך העניך
רימון האט געשריבן:איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דעם ארטיקל און לדעתי איז עס פון די טיפסטע און אמת'דיגסטע ביאורים וואס כ'האב נאר געהערט אין די גאנצע 5+ יארן פון טראמפס דאמינאנץ אויף די נייעס, פארוואס אזויפיל מיליאנען מענטשן וגם החסידים בתוכם זענען גרייט מיטצוגיין מיט אזא נידריגן מושחת ווי טראמפ ווי איידער די ליבעראלן, ווייל זיי האלטן אז די ליבעראלן וואלידירן נישט זייער וועג פון לעבן.

א גרויסן דאנק פאר אזא זאפטיגן קאמפלימענט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:15 am
דורך חתם סופר
זייער גוט געשריבן אבער איך האלט אז ס'פארפעלט א נקודה. ס'איז נאך אסאך טיפער פון דעם. זייער אסאך מענטשן שטיצן טראמפ ווייל טראמפ האט געוויזן אז ער איז יא פאר רעליגיע, און האט זיך אייביג אנגענומען פאר רעליגיע. ממילא ס'איז נישט נאר אז מ'איז אוועקגעגאנען פון דעמאקראטן ווייל זיי פרעמדן אפ מענטשן, נאר אויך ווייל טראמפ האט געגעבן א גוטע אלטערנעטיוו.

סאיז נישט קיין צופאל אז רוב חרדישע אידן האבן געשטיצט טראמפ און פונקט אזוי להבדיל די זייער פרומע קריסטן.

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 4:43 pm
דורך העניך
חתם סופר, די נקודה איז נישט יא רעליגיע צי נישט רעליגיע. דעמאקראטן זענען נישט קעגן רעליגיע - רוב אמעריקע איז רעליגיעז און רוב אמעריקע האט געשטימט פאר א דעמאקראטישן קאנדידאט אין אלע פון די לעצטע 8 פרעזידענטליכע עלעקשאנס, חוץ איין.