דער גרינער יצר-טוב - וועקער 18

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

דער גרינער יצר-טוב - וועקער 18

שליחה דורך יואב »

דער דאָזיגער אשכול איז געווידמעט פאַרן ערשטן קאַפּיטל אין דער דערציילונג ”דער גרינער יצר-טוב!“

דער עולם איז מכובד זיך צו שטעלן פאָרנט פונעם מייק, און זיך נעמען זאָגן מבינות. מ'קען דאָ איבערלאָזן קאָמענטאַרן, הערות, והארות, און זיכער אַזוי הויפנס מיט קריטיק — "[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויפן טיש," ווי מ'זאָגט אויף אַראַמיש. שפּירט אייך היימיש, און דערלאַנגט אייער אָרענטליכע רעצענזיע בשפה ברורה.

די קאָנסטרוקטיווע קריטיק איז באַזונדער וויכטיג, וואָרום די דערציילונג באַשטייט דאָך נישט בלויז פונעם ערשטן קאַפּיטל. פּינקטליכע דעטאַלן בין איך נישט אויטאָריזירט אַרויסצוגעבן, אָבער אַזויפיל קען איך יאָ זאָגן: מער קאַפּיטלען גייען בעזר השם נאָכפאָלגן, איטליכער בסבר פּנים יפות. דיקע בינטלעך וואַרע זיצן איצט אין די רעזערוון, מיט די פיס אַרויף, קנאַקן פּאַפּיטעס און שפּייען קליפּות — א חברה גרייט אַריינצושפּרינגען אין די קומעדיגע נומערן פון "וועקער."

איז כאָטש וואָס די כתיבה פון דער דערציילונג איז שוין טאַקע מער ווייניגער מסודר, זענען מיר אָבער דאָך אידן, און מיר ווייסן וואויל אַז א וועלט שטעלט זיך נישט אָפּ באַלד נאָכן ווערן אָפּגעשריבן. א איד פאַרמאָגט אַן עשרת-ימי-תשובה, א יום-כיפּור, א נעילה, א הושענא-רבה, א זאת-חנוכה, ועוד, באַוואָפנט מיט רייכע און טיפזיניגע משלים איבער גרויסע קעניגן, ווער מיטן פאַרזינדיגטן בן-יחיד, און ווער מיט דער געראָטענער בת-יחידה. הפּנים, הגם דער סיפּור-המעשה וועט זיך לכאורה שוין נישט טוישן — ס'הייסט, די נשמה פון דער דערציילונג — איז נאָך אָבער פאָרט שייך צו באַאַרבעטן דעם גרויסן און פעטן גוף, און איינשטעלן באַדייטנדיגע רעוויזיעס, געוויס אַזוי אינעם סטיליסטישן זין.


זע דעם "דער גרינער יצר-טוב - גלאָסאַר"
ווי אויך "יאָסל וויינטרויב קומט אַריין קלאָר!"

נו, שוין גענוג געהערט פון מיר. איצט לאָמיך הערן פון אייך!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר