דער גלות-איד פון יצחק באשעוויס-זינגער (וועקער 19)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 343
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

דער גלות-איד פון יצחק באשעוויס-זינגער (וועקער 19)

שליחה דורך דער וועקער »

Ve.JPG

"שמעתי מאדומו"ר הקדוש [מאיזשביצא] זצללה"ה שבעת שגלו לבבל כולם הלכו במר נפש, ויחזקאל הלך בשמחה רבה. היינו מפני שיחזקאל הרגיש אור הקדושה אשר יזריח הקב"ה לישראל בבבל יותר מבהיותם יושבים על אדמתם."

--"פרי לצדיק" להגה"ק רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל
[center]*[/center]

א וויכטיגער און היסטארישער ארטיקל וואס ערשיינט אין דעם נומער פונעם וועקער, איז א רירנדע עסיי פון דעם בארימטן אידישן שרייבער און נאָבעל-פרייז געווינער אויף ליטעראטור יצחק באַשעוויס-זינגער. זינגער, וועלכער איז געשטארבן אין 1991, איז געווען דער סימבאל פון אידישער ליטעראטור אין אמעריקע, און זיינע עסייען און דערציילונגען זענען געדרוקט געווארן אין דער אידישער פרעסע, און דערנאך איבערגעזעצט געווארן אין ענגליש פאר א דורשטיגע אמעריקאנער לייענערשאפט.

אבער "דער גלות-איד און אידיש", די עסיי וואס ווערט געדרוקט צום ערשטן מאל פון זינגער'ס כתב-יד, ווייזט אונז גאר אן אנדערן בילד פון דעם שרייבער. מיר זעען א איד וואס וויפיל ער האט זיך נאר אוועקגעריסן פון זיין פארגאנגענהייט, האט אין אים נאך געברענט דאס אידישקייט מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין טאטן דער דיין אויף דער קראַכמאָלנע גאס. ער שרייבט, "ס'איז געבליבן אין מיר דאס געפיל אז ס'איז דא א מנהיג הבירה, א נשמה, השגחה, אַן אויער וואס הערט תפילות, און אַן אויג וואס זעט און וואַכט".

זינגער'ס טאטע, הג"ר פינחס מנחם מענדל הכהן זינגער זצ"ל, מחבר ספר "מגדים חדשים" על הש"ס, איז געווען א חשוב'ער רב און גאון, און פייערדיגער חסידישער איד וועמענס פאטער איז נאך געפארן צום רוזינער, דעם שר שלום מבעלזא, און דעם צאנזער רב, זצ"ל. די דאזיגע אמאליגע קאמפראמיסלאזע אידישקייט איז געבליבן טיף אין הארץ פון דעם נאבעל-פרייז שרייבער, און דער איד וועמען ער האט ליב געהאט אהבת נפש איז נישט געווען דער סעקולערער אדער מאדערנער, נאר דווקא דער "גלות איד". "איך האב דרך-ארץ פאר זיין לומדות, זיין יראת-שמים. איך האב ליב זיין באָרד, זיינע פּיאות, זיין קאַפּל, זיין גארטל. איך פארשטיי זיין קרעכץ, זיין זיפץ, דעם גלאנץ אין זיינע אויגן ווען עס פאלט אים איין א תירוץ אויף א הארבער קשיא פון מהרש"א", שרייבט ער אין דער עסיי. אפילו דאס מאדערנע אידישקייט וואס די ציונים האבן געברענגט אין ארץ-ישראל האט ער נישט געקענט פארטראגן. ער האט געשפּירט אז דאס מיליטאריסטישע מדינה קען קיינמאל נישט ערזעצן דאס אמאליג אידישקייט פונעם גלות וואס ווערט אפּגעשפּיגלט אין דער אידישער שפּראך.

אין זיינע רייכע אריגינעלע געדאנקען גיט אונז באשעוויס-זינגער א בליק אריין וואס דער גלות האט געמיינט פאר אידן, און ווי דווקא דער גלות האט געבויט דאס אידישקייט וואס מיר קענען און ליבן.

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר