וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

אין א דראמאטישע שריט, האט הרב מענדעלע געמאלדן אז ער בויעט א בית-המדרש וואס דארף אפקאסטן 250 מיליאן שקל, וואס דארף אויסקומען בערך 50 מיליאן דאלער, א סכום עצום לכל הדעות. דערויף האט ער צוזאמענגענומען זיינע חסידים, זיי מחייב געווען מיט ריזיגע סומעס געלט, זאגנדיג אז מען זאל שפארן פון די אייגענע טאש, זאגאר ביז אויך אויפן חשבון פון די קינדער, רעדנדיג צו די קינדער אז זיי זאלן שפירן א זכיה דערויף וואס זיי לאזן זיך קאסטן פאר דעם נייעם בית-המדרש.

אין מיינע אויגן איז אזא בית-המדרש א ריזיגע בית-המדרש. ווייניג גרויסע חסידות'ן האבן אזא גרויסע בית-המדרש, אבער קוקט אויס אז ער דארף עס טאקע האבן (אדער דארף מען האבן, אריינצולייגן אביסל אין טאש אויך. ווער ווייסט...)

אין יעדע פאל, רעדט זיך עס דא פון א ריזיגע אונטערנעמונג, א גרויסע סומע געלט, וואס ער וויל מאכן, און וויל דאס צוזאמענשטעלן פון זיינע חסידים. די שאלה איז נאר, צי עס איז מעגליך דאס צו מאכן און צי גייט ער מצליח זיין.

פון איין זייט: - עס קען זיך לאזן טראכטן אז דער פראיעקט איז צו גרויס אויף אים. ער וועט דאס נישט קענען דעקן אזוי שנעל. קען זיין אז ער וועט ארומשלעפן צען יאר, אינצווישן וועט ער טרעפן אפאר גרויסע נדבנים, חיים שטערן וועט שוין ארויסקומען פון טורמע און מען וועט שוין עפעס מאכן דערפון. קען זיין אז ער האט שוין א חלק וואס גייט קומען פון גרויסע נתינות און דער גאנצער קאמפיין איז בלויז פאר א חלק פון די געלט וואס פעלט אים. עס איז אבער דא א צד צו טראכטן אז ער דמיונ'ט הויעך, און ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין דעם פראיעקט.

פון דער אנדערע זייט: - איז דאס דען היינט אזוי שווער? - ר' שאול אלתר - אסאך א קלענערע קהילה ווי הרב מענדעלע (איז דאס טאקע אזוי? - מאנכע טענה'ען אז אינאיינעם מיט די אמעריקאנער עולם, פארמאגט ער אסאך מער פון הרב מענדעלע - בכל אופן דערווייל איז דאס נישט קלאר), אפילו זיי האבן מצליח געווען אין זעקס-און-דרייסיג שעה, צוזאמענשטעלן בערך אזא סומע, וואס דערמיט האבן זיי אפגעקויפט א ריזיגער שטח אויף רחוב ירמיהו. אין אנדערע ווערטער, היינטיגע טעג זענען די זאכן נישט אזוי שווער, און ער קען מצליח זיין אויב ער וויל.

אמת, ר' שאול האט די וועלט געהאט א סימפאטיע צו אים, משא"כ הרב מענדעלע. פון די אנדערע זייט האט הרב מענדעלע געשוואוירענע חסידים, וועלכע גייען אין פייער פאר אים, און זיי זענען גרייט צו הונגערן און לאזן די משפחות הונגערן, פאר דעם איינעם צוועק, לקיים רצון רבינו שליט"א. הגם, איך ווייס אז א גרויסער עולם דארט האלט נישט עכט דערביי, און ס'איז מער געצווינגען, וויבאלד דער רוח איז דארט אזוי און מען איז מחנך די קינדער מיט די בחורים דערצו, און די עלטערן מוזן בע"כ זאגן אמן, איז דער פאקט אז מען טוט דאס, און מען איז גרייט צו טון וואס אימער אז דער בנין זאל געבויעט ווערן.

בכל אופן, איז דא דער מקום צו דעבאטירן, צי וועט הרב מענדעלע מצליח זיין מיט זיין פראיעקט, צי וועט ער טאקע פארטיגן דעם בנין, און טאמער יא, וועט עס טאקע זיין ביז פינף יאר, און וואס דאס גייט מיינען.

דא איז דער פלאץ אויך צו דעבאטירן, איבער זיין שיט הקדושה. אמת, די וועלט שטייט טאקע און לאכט דערפון, אבער וואס טוט זיך מיט זיין עולם, גייט עס געהעריג אריינגיין אויך לטובת דורות הבאים? - גייט מען טאקע האלטן אז ער איז געווען א קדוש וטהור, צי איינמאל ער פארמאכט די אויגן, וועלן זיי אליין לאכן פון אים? - וואס גייט זיין דער סוף מיט דעם שיכור?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מנהל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: צוגעלייגט תואר כבוד כפי תקנת המקום

דער אשכול פארמאגט 61 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר