די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

שליחה דורך ארי נוהם »

יעדער טומלט די לעצטע צוויי וואכן איבערן פרשה אין סאדיגורא, אז דער רבי וואס איז יעצט נפטר געווארן האט איבערגעלאזט א צוואה אז זיין פינפטער זון, רבי יצחק יהושע העשיל, זאל איבערנעמען די עדה און נישט דער עלטסטער זון.

פארשידענע ספעקולאציעס זענען דערמאנט געווארן דערוועגן, און אנדערע זענען סתם אזוי בייז "היתכן" דער רבי האט זיך דערוואגט אזוי אויסצושפילן זיין בכור, ווען אנדערע זענען גענצליך צומישט און פרובירן פארשטיין דעם ארטיגן הלוך-ילך.

עס איז טראגי-קאמיש אז מענטשן פאראינטערעסירן זיך אזוי שטארק אינעם ארטיגן פרשה, און מ'טראגט כלומר'שט די דאגות פון די סאדיגורער חסידים, ווען אין פאקט קען מען - מיט איין שמועס מיט א סאדיגורער חסיד - שנעל געוואויר ווערן אז זיי זעלבסט זענען גאר שטארק צופרידן פונעם צוואה. עס איז נאר שווער אויסצופירן, ווייל "גיי טרעף א סאדיגורער חסיד"...

האט דאך שוין אויף אן ענליכן פרשה, קראסנא-כוונת הלב, זיך אויסגעדרוקט דער הייליגער צדיק פון יארמע וגלילותיה: "א שאד, אזא שיינע מחלוקת איבער אזא קליינע קהילה".

נאכן מאכן אסאך בדק-הבית, און שמועסן מיט פארשידענע מענטשן מיט אינעווייניגסטע אינפארמאציע, בין איך מער-ווייניגער געוואויר געווארן וואס דא גייט פאר, אמווייניגסטנס צו פארשטיין די עיקרי הדברים. כ'וועל עס דא אראפברענגען אין קורצן, באזירט אויף פונקטן.



1. סאדיגורא איז אמאל געווען א פיצינקע חסידות [און איז נאכאלס...], מיט גאר ווייניג חסידים און גאר ווייניג געלט. איינע פון די גרעסטע שוויצערס פאר סאדיגורא איז געווען ר' חיים יצחק כהן, א איד אן עסקן און א נגיד פון א סאדיגורא משפחה, און איז באקאנט אין ארץ ישראל אלס גרויסער בעל צדקה און בעל חסד (ער איז דער שווער פונעם סאווראנער רבי, און אזוי אויך דער ברודער פונעם באקאנטן "באבא נחום" - רבי נחום כהן). ער האט געשאפן ריזיגע סכומים געלט, און איז געווען דער עמטליכער מנכ"ל המוסדות וואס על פיו ישק כל דבר ממש. אדאנק אים האט מען געבויט די ריזיגע בנינים אין ירושלים און ב"ב, און ער איז געווען סינאנים מיטן ווארט סאדיגורא.


2. פופצן יאר צוריק, בחיי רבי אברהם יעקב מסאדיגורא (דער זון פונעם סאדיגורא-פשעמישלער רבי, און דער פאטער פונעם יעצטיגן נפטר), האט מען ארויסגעטראסקעט חיים יצחק כהן, בבושת פנים ובשן ועין פון סאדיגורא. אין גאס האט זיך געשאקלט מיט די נייעס, און קיין קלארע אורזאכן זענען נישט געגעבן געווארן. מ'האט געוואוסט אז דאס האט דער רבי געטון אויפן ראט פון זיין בן יחיד, רבי ישראל משה - רב אין סאדיגורא לאנדאן (וואס איז שפעטער געווארן רבי און איז יעצט אוועק), און געוויסע זענען געווען בייז אז דער בן יחיד מישט א קאשע קעגן איינפלוסרייכע מענטשן אינעם חסידות. נאך א שטיק צייט איז אויסגעקלארט געווארן, אז דאס איז גאר צו פארדאנקען דעם בכור פון ר' ישראל משה, מרדכי שלום יוסף, וואס האט זיך געמישט אין עסקנ'ישע געלעגנהייטן פונעם זיידנס חסידות, און האט זיך צופיצקעט מיט חיים יצחק כהן. ווי פארשטענדליך איז דער אייניקל געווען ידו על העליונה און חיים יצחק איז געפלויגן.


3. אין סאדיגורא זעלבסט זענען מענטשן געווען זייער גערעגט. די ארטיגע עולם איז באשטאנען פון מער מאדערנע עלעמענטן, און זייער קשר מיט סאדיגורא איז געווען בעיקר צו פארדאנקען אז זיי זענען געבוירן צו אור-אלטע סאדיגורא פאמיליעס פון בעפארן קריג, אבער יעדער האט געוואוסט אז חיים יצחק כהן איז דער גרויסער מקים עולה של סאדיגורא, און דאס ארויסווארפן דעם מענטש האט געברענגט בייז בלוט אויף מרדכי שלום יוסף, א יונגערמאנטשיק וואס מישט א טאפ צו גרויס פאר זיינע הענט. אבער צום סוף האבן אלע איינגעשטילט. אלע? נישט ממש, אונטערן קארפעט האבן מענטשן געדענקט אז מ'דארף זיך נאך אפרעכענען.


4. זיבן-אכט יאר שפעטער, איז ר' אברהם יעקב נפטר געווארן נאכן ליידן פאר יארן פון פארקינסאנס ל"ע. זיין בן יחיד, דער געלונגענער רב אין לאנדאן, ר' ישראל משה, האט איבערגענומען די לייצעס. ער האט איינגענומען זיין עולם גאר שנעל, זייענדיג באמת א געשמאקע און געלונגענע מענטש. ער איז געווען א ת"ח, אן עסקן, און קלוג. ער האט געהאט א געוויסע פרומקייט צו זיך, און האט געצויגן זיין חסידות מער רעכט און היינט צוטאגס האט זיך עס נישט מיט וואס צו שעמען פון קיין אנדערע חסידות'ן. זיין עלטסטער זון מרדכי שלום יוסף - וועמען מיר וועלן רופן פון יעצט און ווייטער מש"י, ווי ער ווערט באטיטלט איבעראל - איז אצינד געווארן דער הויפט עסקן און כלבו'ניק פונעם חסידות. ער האט אפגעקויפט די סאדיגורער הויף אינעם שטאט סאדיגורא, ער האט פארהאנדלט מיט די איזרעאלישע אינסטאנצן איבערן ניסן ב"ק שול אין אלטשטאט ירושלים וואס ווערט אצינד איבערגעבויט, און ער איז געווען דער הויפט-קנאקער די לעצטע זיבן יאר.


5. מטבע הדברים האט ער זיך צו'הרג'עט מיט גאר אסאך מענטשן אינעם הויף. ער האט געקריגן שונאים מידידי ונגידי החצר, מיט עסקנים און מיט סתם מענטשן, אזש זיין בענקל האט זיך גענומען וואקלען. מענטשן האבן גענומען מסר'ן דעם זון צום טאטן, און דער טאטע האט געזען אז צוזאמען מיטן אויפבויען דעם הויף באגראבט ער זיך אליינס, ווייל דער עולם האט אים נישט ליב. אינצווישן איז געווארן א קאלטע שלום צווישן דעם רבי'ן און חיים יצחק כהן (נאך א ד"ת וואו דער רבי האט אביסל פארלוירן. זיי האבן דאן געמאכט א "לחיים" אינאיינעם צו פארגעסן אלטע חאזעריי), ווען דער לעצטער האט געפונען א שטיקל אויער צו ערקלערן אז ווען נישט מש"י מישט א קאשע וואלט קיינמאל קיין פרשה נישט אויסגעבראכן. חיים יצחק כהן האט געהאט - און האט נאכאלס - אסאך ידידים אין סאדיגורא, און צוזאמען האבן זיי געארבעט מסביר צו זיין פארן רבי'ן אז מש"י איז אן אנדרייער און מענטשן זענען זייער אומצופרידן מיט אים.


6. די ווערטער זענען נישט געפאלן אויף א ליידיג אויער, און זיין טאטע האט אים אסאך מאל געזאגט אז ער זאל זיך אפלאזן פון אלע עסקנות'ן און ענדערש נאר ליגן אין לערנען. עס דארף טאקע ארויסגעברענגט ווערן לשבח, אז דער טאטע האט שטארק צוגעשטופט זיינע קינדער צו לערנען - א חידוש פאר זיך אינעם רבי'שן וועלט - און עטליכע פון זיינע זין זענען ערנסטע ת"ח, און זיינע איידימער זענען אויך סאלידע ת"ח וגאונים. כ'האב געהערט אן עדות'שאפט אז דער רבי האט דערציילט פאר זיינס א חסיד אז ער האט פערזענליך געווארנט מש"י אז ס'איז אדער עסקנות אדער רבי'סטעווע, און אין געוויסע צייטן איז דארט געווען אזוי אנגעשטרענגט אז ער האט אים נישט מכבד געווען כערכו אלס בכור. מש"י איז אבער אן עסקן אין זיין בלוט, און מטבע הדברים האט ער געוואלט אויפבויען די הויף וואס ער האט נאך געדענקט אלס פיצעלע חסידות און איז פארוואנדלט געווארן אין אן ערנסטן פלאץ. געוויס האט ער געהאלטן אז ער וועט ירשנ'ען די חסידות, און אזוי ארום האט ער משקיע געווען אויפצובויען "זיין" פלאץ. די ווערטער פונעם טאטן האט ער נישט געזען אלס סטראשע נאר מער אלס מוסר דרשה, און ער איז אנגעגאנגען מיט זיינס.


7. דורכאויס די לעצטע פאר יאר, איז די מצב געווארן זייער אומבא'טעמ'ט. רוב עולם האט שוין ממש נישט געגליכן מש"י, און זיי האבן געזוכט אן אלטערנאטיוו. דער צווייטער זון, פישל (איידעם ביים היגער ראפשיצער רבי), זוכט נישט און איז טאקע נישט פאסיג פאר רבי'סטעווע. דער דריטער זון, אהרן דוב בער, איז א געלונגענע מענטש און גרויסער ת"ח, און האט געפירט דעם סאדיגורער קהילה אין לאנדאן - מקום אביו, און ער וואלט טאקע געווען א שיינע קאנדידאט, און געוויסע צייטן האבן מענטשן געקלערט אז ער וועט זיין דער ממלא מקום. דא איז אבער אריינגעקומען נאך א פאקטאר אין הויף: "שיעלע".


8. דער פינפטער זון ר' יצחק יהושע העשיל איז געווען דער באליבטער זון פונעם טאטן כל ימי חייו. ער האט זיך אויסגעדרוקט מיט גרויסע הפלגות אויף אים אסאך מאל, סיי פאר חסידים און סיי פאר אנדערע אדמורי"ם. איך האב געזען דעם לשון וואס ער האט געשריבן אין זיין פריוואטן לוח צום טאג פון חתונת שיעלע, און מ'זעט אז ער האט אלס געהאלטן פון אים קודש קדשים. און ס'איז געווען פאר וואס: אלס יונגל האט ער זיך פארהערט ששה סדרי משנה, און גאר געווינען דעם אויסצייכענונג צווישן אלע אנדערע קינדער נאך א בחינה מטעם אגודה. אלס בחור איז ער געווען א מתמיד עצום און א צדיק'ל, און פארט שטענדיג געהאט א קאפ אויפן פלייצע און איז געווען באליבט איבעראל מיט זיין איידלקייט און גוטע מידות. דער פאטער האט אנגעהויבן קלערן, אז אויב מש"י איז נישט פאסיג אלס ממלא מקום האט ער שוין נישט קיין חיוב צו גיין צום דריטן צי פערטן, ווען ער קען גלייך גיין צום פאסיגסטן: שיעלע.


9. די לעצטע צוויי יאר האט דער טאטע אנגעהויבן לאזן פאלן רמזים אז ער וויל אז שיעלע זאל זיין ממשיך דרכו. טאקע דעמאלט האט ער חתונה געמאכט שיעלע, און שוין ביים חתונה איז געווען א קלא דלא פסיק אז ער וויל אים אויפנעמען אלס עווענטועלער ממלא מקום. עס איז נישט געווען סתם גערעדט, נאר דער רבי האט שוין דעמאלט געליטן אויפן ביטערן מחלה, ווען אזעלכע רייד זענען געווארן נוגע למעשה ממש. זינט דאן האט ער עטליכע מאל געזאגט קלאר פארן רעביצין, פאר מש"י, פאר שיעלע, און פאר אסאך חסידים און גבאים, אז ער וויל אז שיעלע זאל זיין ממלא מקום. פאר די חסידים איז עס געווען פריידיגע נייעס, ווייל ער איז סיי בארימט אלס "מענטש", אן איידעלער מענטש מיט שכל הישר, און סיי ער איז פרומער ווי די אנדערע ברידער און די חסידות האט דאך שוין אנגעהויבן ציען רעכטס.


10. קראנקערהייט, ליידנדיג אויפן מחלה באופן סופי, האט זיך ר' ישראל משה סאדיגערער צוריקגעשלעפט קיין ארץ ישראל נאך טריעטמענטס אין אמעריקע, ווען חסידים האבן געמיינט אז ער וויל זיך נאר "געזעגענען" מיט זיי. ווייניג האבן געוואוסט אז ער האט דא נאך א חשבון. אליינס, אן באגלייטונג פון גבאים, איז ער אנגעקומען צום שטוב פון א טוען רבני און אויסגעארבעט א נוסח הצוואה, וואס זאל זיין וואליד מצד ההלכה ומצד הממשלה. ער האט עס דאן אפגעשריבן פארנט פון רבנים און עדים, און עס מפקיד געווען אין זייער האנט. עס איז אים געווען גאר שטארק וויכטיג, און וויסנדיג אז ס'קען אויפשאקלען די וועלט האט ער זיך אדורכגערעדט מיט אנדערע אדמורי"ם איבער די צדדים, און נאכן קריגן זייער הסכמה איז עס געבליבן אזויווי מיר קענען עס היינט.


11. די רעביצין האט געוואוסט פונעם קלארן נוסח הצוואה איידערן פטירה, און שיעלע און מסתם אויך מש"י האבן ווארשיינליך אויך געוואסט פונעם נוסח הצוואה בעפארן פטירה. דאס איז אבער זיכער, אז דער תוכן הצוואה, כלומר די רצון זיינע אז שיעלע זאל זיין דער איינציגסטער ממשיך דרך, האבן אלע ברידער געוואוסט. דא האט מש"י אנגעהויבן מאכן א טענטראם, וויסנדיג אז ס'איז אדער יעצט אדער קיינמאל. וואס עס איז פארגעקומען אין שטוב איז זייער שווער צו וויסן, וויבאלד אלעס איז געווען פארמאכט, אבער לויט קוועלער האט מש"י געסטראשעט זיך צו צוקריגן מיט די משפחה, און מעגליך גאר באשמוצן אנדערע. די מאמע האט געזוכט צו פארמיידן קאנפראנטאציע בכל אופן, און משפחה איז איר וויכטיגער ווי א נוסח הצוואה. צוערשט האט מען אפגעשטופט די פורעניות, נישט אויסצורופן קיין ממלא מקום ביים לווייה, דערנאך האט מען פארגעזעצט אונטער פארמאכטע טירן ביים שבעה, דן צו זיין כדת מה לעשות. אהרן דוב בער איז נישט קיין קטלא קניא, און האט שטארק אריינגעארבעט אין לאנדאן וואו די קהילה האט אים שטארק ליב, און ער האט געוואלט מאכן שבת פאר זיך. ער האט אנגעבליך דערציילט אז זיין טאטע האט אים צוגעזאגט אז לאחר מאה ועשרים וועט ער זיין רבי אין לאנדאן.


12. נאך אלע באראטונגען איז געבליבן אז מש"י וועט זיין רבי אין ירושלים, אהרן דוב בער וועט זיין רבי אין לאנדאן, און שיעלע וועט זיין רבי אין ב"ב. איי, ס'דאך דא א צוואה? איז אזוי: קודם כל, אסר'ט מען ארויסצוגעבן די צוואה, און אז מ'זעט נישט - עקזיסטירט עס נישט... צווייטנס, האט מען אריינגערוקט דיינים וואס זאל אזוי "אויס'פסק'נען" און אצינד האט מען דאך שוין א פסק אז דאס איז וואס דער טאטע וואלט געוואלט אין דעם מצב. דריטנס, לויט געוויסע אינפארמאציע וואס כ'האב געקריגן האט מען געמאכט א שטיקל, דורכן צווינגען שיעלע מקנה צו זיין זיין גאנצן פארמעגן צו זיין מאמען, און דאס באדייט אז אלע נכסי החצר וואס ער קריגט מטעם הצוואה ווערן אויטאמאטיש איר'ס, און אצינד קען זי ממליך מלכים זיין ולה המלוכה. זי דארף נישט גארנישט, סיידן שלום בית צווישן די קינדער, און אלעס קען ווייטער בלייבן שיעלע'ס ווילאנג מש"י און דוב בער קריגן זייערס.


13. שיעלע איז נישט קיין שלעגער צי טעראריסט, און מטבע הדברים וועט ער אראפשלינגען אסאך פרעש איידערן שמייסן. כדי אנצוהאלטן שלום וואלט ער מוותר געווען אויף סיי וואס, און ער האט געהאט א טעכנישע פראבלעם מצד הצוואה, אויף וואס די דיינים האבן גענומען אחריות און דערפאר האט ער גע'חתמ'עט מיט די אנדערע ברידער אויף זייער נוסח השטר איבער די רעכטן פון מש"י און אהרן דוב בער. זיין איידלקייט האט מען געקענט זען דורכאויס די שבעה טעג, ווען די חסידים האבן אים געוואלט זעצן אין צענטער - אלס אפיציעלער ממשיך דרך, אבער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען ארויסצואווייזן די סארט שררה (און הארץ וויי) איבערן ברודער. דאס זעלביגע האבן אלע געזען אינעם קליפ ווען ער האט שטיל געמאכט די וואס האבן געזינגען פאר אים "אור זרוע לצדיק", און אזוי האט ער געטון אין נאך פעלער.


14. מצד שני האב איך געהערט, הגם כ'קען עס נישט וועריפייען, אז שיעלע האט געמאכט א מסירת מודעה איידערן חתמנ'ען מיט די ברידער, וואס דאס באדייט אז ער זוכט סיי נישט קיין קאנפראנטאציע און סיי ער איז נישט קיין בטלן. כ'ווייס אבער נישט ווי קראנט עס איז.


15. סאדיגורער חסידים זענען געווען שטארק פארווייטאגט אויפן רעביצין און מש"י, און זיי האבן געלייגט דרוק אז די צוואה זאל ערשיינען, און עס האט טאקע ארויסגעליעקט. אצינד איז קלאר געווארן אז נאר שיעלע דארף זיין רבי, און געוויס קען ער נישט זיין נאר "סאדיגורא רבי פון בני ברק". דאס האט קודם כל אויפגעטון, אז ער איז געווארן דער אפיציעלער סאדיגורער רבי איבערן וועלט, און דערנאך האט עס געלייגט דרוק אויף די צוויי ברידער וואס זוכן רבי'סטעווע. די דרוק גייט נאך אן ביז יעצט, און מ'וויל אז זיי זאלן זיך טוישן די נאמען פון חסידות צו פשעמישל און אפטא. דאס איז אבער זיכער אז זיי בלייבן מיט זייערע בנינים, און זיי בלייבן אדמורי"ם.
פאר וועמען? איז אזוי: שיעלע איז אהוד וחביב איבערן גאנצן עדה, און רובם ככולם ממש זענען זיינע חסידים. ער האט א רוזשינע חן און אצילות, און זיינע תנועות דערמאנען מיר פון זיין באיאנער קוזין, וואס טאקע ווי אים האט ער אנגעהויבן אלס צוציק און פארוואנדלט זיין חסידות אין איינע פון די שענסטע הויפן איבערן וועלט. אהרן דוב בער איז געלונגען און פירט שוין זיין קהילה אסאך יארן און די לאנדאנע עולם וועט זיין זיינס (דער פראבלעם איז אז זיין קהילה איז מער מאדערן, ווי די אלטע סאדיגורער עולם. די שול איז טאקע אינעם מאדערנעם גאלדערס גרין און נישט אינעם היימישן סטעמפארד הילס. קיין עכט חסידישע עולם האט ער נישט אבער זיי וועלן כאטש זיין זיינע אנהענגער, ווי ר' אלחנן היילפרין בשעתו). מש"י האט זייער ווייניג חסידים, אבער ער קריגט ירושלים וואס באשטייט פון צוויי מעכטיגע געביידעס וואס ברענגען אריין גרויס געלט (איינס איז אויסגעדינגען פאר א ישיבה), פלוס די בעלות אויפן ניסן ב"ק שול אין אלטשטאט וואס ווערט אצינד איבערגעבויט.



קען זיין אז כ'האב פארגעסן צוצולייגן א פרט, און אדרבה, מ'קען פרעגן און דיסקוסירן און אויב כ'ווייס נאך עפעס וועל איך האפנטליך קענען מוסיף זיין.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 181 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר